top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בוי ארבעט ביים גרויסן סטאלינער ביהמ"ד אין בארא פארק אנגעהויבן בשעה טובה לשמחת לב חסידי קארלין סטאלין

דינסטאג פ' מטות מסעי • כ"ד תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם זונטאג איז ביי חסידי קארלין סטאלין אין בארא פארק געוועהן א יומא דפגרא ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבעט ביים שטח הבנייה פונעם נייעם סטאלינער ביהמ"ד אויף די 16'טע עוו. אין בארא פארק, צום דעם פריידיגן מאמענט האבן זיך חסידי קארלין סטאלין צוזאמגענומען זונטאג נאכמיטאג צו א מעמד לחיים לרגל די התחלת הבנייה פארן נייעם בית מקדש מעט. 


דאס קומט נאך לענגערע יארן וואס מען האו ארויסגעקוקט אויף דעם ערווארטעטן מאמענט, אנצוהייבן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם בנין, שטייענדיג גאנצע צוויי יאר זינט מ'האט אראפגעווארפן דעם אלטן בנין הביהמ"ד, און דורכאויס די צוויי יאהר האט מען זיך אנגעשטויסן אין נאכאנאנדע פראבלעמען און מניעות וועלכע האט צוריקגעהאלטן די פארשריט אין די עבודת הבנייה. 


בהוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט מען אנגעהויבן די בוי ארבעט אינעם גרויסן טאג כ"ב תמוז בעצם יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי שלמה קארלינער זי"ע הי"ד, וואס איז באקאנט אין קארלין אלס א 'יום שמחה', מען האט טאקע אין דעם טאג אנגעהויבן גראבן ביים ארט ווי עס וועט געבויעט ווערן די נייע פראכטפולע מקוה טהרה, די מעמד איז געפייערט געווארן מיט א מעמד לחיים ביי וועלכן מען האט מען געמאכט די ברכה שהחיינו, וואו עס איז נהוג אין קארלין אין טאג פון כ"ב תמוז און ארויס אין פרייליכע טענץ מיט א שבח והדאה שהגיענו עד הלום.



Comentarios


bottom of page