מיטוואך וזאת הברכה א' • ז' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: קובי הר צבי - JDN
נעכטן דינסטאג נאכמיטאג איז מרן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט''א אנגעקומען קיין ירושלים אויף א באזוך אין די גרויסע מיר'ער ישיבה אויף די איינלאדענונג פון די ראשי הישיבה צו קומען אויפטרעטן מיט א דרשת חיזוק אנציווארעמען די תלמידי הישיבה שטייענדיג אין די גרויסע טעג בין כסא לעשור. דער היכל הישיבה אין אלע אירע פליגלען זענען געוועהן איבערגעפילט עד אפס מקום ממש דורך די טויזנטער אינגעלייט אין בחורים בני תורה וועלכע זענען געקומען הערן דעם דבר השם ברמה פונעם גאון ישראל מזקני ראשי הישיבות בדורנו.
די ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט א טיפזיניגע שיעור בהלכות המועדים און דאן משמיע געוועהן דברי חיזוק והתעוררות כהכנה ליום הכיפורים, ביי ענדע האט דער ראש ישיבה אדרעסירט די גזירת גיוס בני הישיבות אין ארץ ישראל וואו ער האט ווידער אויסגערופן קבל עם ועולם אז קיין שום בחור וועט זיך נישט שטעלן צום מיליטער אויף קיין שום אופן, און מעורר געוועהן די בני תורה נישט צו זיין אריינגעטוהן אין די נייעס און מילי דעלמא. נאכן שיעור איז די ראש הישיבה אריין א זייטיגער שטוב אינאיינעם מיטן הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר אין די ראשי ורבני הישיבה, וואו מען האט דורכגעשמועסט פארשידענע ענינים העומדים על הפרק.
Comments