top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב אפגעראכטן לחיים טיש בהיכל המיתבתא לכבוד הילולא פון הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע

דינסטאג פ' שמיני • כ"ג אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

דעם זונטאג בעצם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב אנגעקומען בהיכל מתיבתא 'עץ חיים' אין בארא פארק און מעריך געווען א שולחן לחיים מיט די תלמידי הישיבה. מען האט געזינגען עטליכע ניגוני קודש און די רב שליט"א האט משמיע געוועהן א ווארימע שמועס פאר קרוב צו אנדערטהאלבן שעה און שטארק מעורר געווען די בחורים לתורה ועבודה וליראת שמים במשנתו של העל ההילולא און דערביי אויפגעפאדערט פון די בחורים צו לערנען אינעם ספר הקדוש נועם אלימלך און צעטיל קטן.


די רב האט אויך אויפגעפאדערט אז אלע בחורים זאלן אונטערשרייבן קבלות טובות בעניני טעכנאלאגיע וואס וועט אריינגעטראגן ווערן אל הקודש פנימה צום רב שליט"א, דערנאך האט הרה"ג ר' אברהם ברוך הורוויץ שליט"א ר"מ אין די מתיבתא אויסגעלערנט א ניגון פון הייליגן ר"ר אלימלך וואס מען האט געזינגען מיט גרויס התעוררות.










Comentários


bottom of page