top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התעלות און התרוממות הנפש אין די ראש השנה טעג בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א‎

דינסטאג וזאת הברכה א' • ו' תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער - JDN

 

אין חצר הקודש דושינסקיא אין ירושלים האָט מען היי יאָר לכבוד ראש השנה צוגעלייגט פרישע הונדערטער זיצן פאַר די טויזנטער חסידים ותלמידים פון איבער גאַנץ ארץ ישראל, וועלכע זענען געקומען צו פאָרן זיך מסתופף זיין בצל קדשו פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.


דער ביהמ"ד הגדול "היכל מהרי"צ" אויף די שמואל הנביא גאַס אין ירושלים איז שוין לאַנג אויסגעוואַקסן פון אַריינצונעמען די טויזנטער מתפּללים וועלכע שטראָמען יאָר יערליך צו די הייליגע תפילות און טישן בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.


שוין עטליכע טעג בעפאָרן יום טוב זענען פארענדיגט געוואָרן די הכנות צו אויפנעמען די טויזנטער חסידים וואָס זענען געקומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש, נאָכדעם וואָס דער בית המדרש הגדול איז געוואָרן צו קליין צו אַנטהאַלטן דעם ריזיגן ציבור המסתופפים בצה"ק.


היי יאָר האָט מען אויך אַוועקגענומען די הויפּט טירן פונעם בית המדרש וואָס איז אַריינגעשטעלט געוואָרן אינעם לאבי פונעם בית המדרש, און דערמיט האָט מען פאַרדינט נאָך עטליכע הונדערט זיצן פאַר די יונגעלייט, וואָס איז געווען אין צוגאָב צום פאַרברייטערן די גאַלעריען וואָס געפונען זיך העכערן ביהמ"ד הגדול. דאָס יאָר האָט מען צוגעשטעלט פרישע צוויי גאַלעריען פאַר די מענער שול און איינס פאַר'ן עזרת נשים.


אַ באַזונדערע פּלאַץ איז דאָס יאָר צוגעטיילט געוואָרן פאַר די טויזנטער קינדער, פון וואו זיי האָבן געקענט הערן און מיטהאַלטן דאָס דאַווענען און צוזאַמען זיין אַ טייל פונעם עולם. עס איז אויך געשטעלט געוואָרן ספּעציעלע משגיחים אויף די קינדער אין לויף פונעם גאַנצן דאַווענען, וואָס איז אָנגעגאַנגען מיט גרויס ברען און התלהבות דקדושה כמנהג המקום.


דאָס יאָר האָט מען אויך איינגעשטעלט אַ ספּעציעלער עמוד התפילה פאַר'ן חזן און בעל תפילה וואָס איז געווען ספּעציעל געבויעט אַז דער גאַנצער ציבור זאָל קענען הערן דעם קול התפילה פון די בעלי תפילות אין לויף פון די הייליגע טעג.


אין די ערשטע נאַכט פונעם יום טוב האָבן געשטראָמט מאַסן אידן צו וואונטשן לשנה טובה און באַקומען דעם ברכת הקודש און ברכת השנה, אין ליכט פונעם גרויסן געדרענג איז דער רבי שליט"א אַרויף אויפן ארון הקודש כדי די עלטערע אידן זאָלן זיך נישט דאַרפן אדורכשטופן צווישן דעם ריזיגן ציבור און געוואונטשן פון זיין אָרט אויף איינמאָל און דער גאַנצער עדה האט געענטפערט מיט די ברכת השנה, און הערשט נאָכדעם זענען די יונגעלייט און בחורים אַדורך צו וואונטשן "לשנה טובה" ואף הוא ענה כנגד המברכים במאור פּנים.


ביידע טעג פון ראש השנה האָט דער רבי שליט"א אויפגעטראָטן מיט אַ פייערדיגע "תקיעת שופר דרשה" וואו ער האָט מעורר געווען דעם ציבור לתשובה ולתיקון המעשים.


דעם צווייטן טאָג פון ראש השנה האָט דער רבי שליט"א אַרומגערעדט אַ לענגערע צייט ביי די "תקיעת שופר דרשה" בענין שבת קודש צו מעורר זיין דעם זכות פון שבת קודש און האָט גערופן דעם ציבור זיך אונטערצונעמען פרישע קבלות בשמירת שבת קודש.


דער רבי שליט"א איז, ווי יאָר יערליך, צוגעטרעטן צום עמוד צו תפילת שחרית און האָט פאָרגעדאַוונט מיט גרויס התעוררות כדרכו בקודש.


אין לויף פון אַלע דריי נעכט, די צוויי נעכט ראש השנה און ליל שבת קודש האָט דער רבי שליט"א געפּראַוועט די טישן מיט די באַטייליגונג פון טויזנטער תלמידים וחסידים, און מיט ניגוני התעוררות לימים הנוראים און שירות ותשבחות לקל חי.


ביים שולחן הטהור פרייטאָג צונאַכטס האָט געהערשט אַ ספּעציעלע התעוררות, ווען דער טיש פון רבי'ן שליט"א האָט זיך גאָר לאַנג פאַרצויגן ביז גאָר שפּעט.


שבת נאָכמיטאָג איז דער רבי שליט"א אַריינגעקומען מיטן "ירושלימער קאפטן" צום "דרשת שבת שובה", וואו דער רבי שליט"א האָט צום ערשט אָנגעפאַנגען מיט אַ לענגערע טיפזיניגיע פּלפּול אין די סוגיא, און דערנאָך אַ לענגערע צייט אַרומגערעדט בדברי התעוררות.


ביי סעודת רעווא דרעווין האָט דער רבי שליט"א משלים געווען מיט נאָך דברי מוסר היורדות לחדרי בטן וואו ער האָט שטאַרק מעורר געווען איבער שמירת מסורת אבות אָנצוהאַלטן די הייליגע מנהגים, און בפרט אין עניני מלבושים, און נישט נאָר אין ווייבער שול נאָר אויך אין מענער שול, ווען ס'איז ליידער לעצטנס שטאַרק נפרץ געוואָרן דער ענין פון לבוש אויך אין מענער שול.


דאַן האָט דער רבי שליט"א מעורר געווען איבער'ן אָנהאַלטן די הייליגע ירושלימער קאַפטענעס און אַלע מנהגים פון דערהיים און פון די רבי'ס נבג"מ. אַזוי אויך האָט דער רבי שליט"א שטאַרק מעורר געווען איבער עניני תפילה.


נאָך הבדלה איז דער ריזיגער ציבור אַדורך זיך געזעגענען און נעמען דעם ברכת השנה פון רבי'ן שליט"א.


















Comments


bottom of page