top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נסיעה דורך ק"ק שובה ישראל אויף ראש השנה קיין אומאן אהן פרויען נאך בקשה פון הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א

דאנערשטאג פ' כי תבוא • ט"ז אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

שטייענדיג קארגע 2 וואכן בעפאר דעם הייליגן טאג ראש השנה תשפ"ה, איז יעצט באקאנט געווארן די היסטארישע מעלדונג אז צווישן די רבבות אלפי ישראל וועלכע קומען צו פארן יאר יערליך צום קיבוץ אין אומאן צו זיין אויף ר"ה ביים ציון פון הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע, וועט האדמו"ר רבי יאשיהו פינטו שליט"א גאב"ד מאראקא צום ערשטן מאל וויילן דארט אויף ראש השנה אינאיינעם מיט קהל עדת צאן מרעיתו.


אין די לעצטע וואכן האט מען שוין אנגעהויבן די פילע הכנות און אראנזשירט אלעס וואס פעלט זיך אויס אז מקובל רבי זאל קענען פראווען דעם יו"ט מיט זיין ציבור, וועלכע האבן געפלאנט צו קומען אינאיינעם מיט זייערע משפחות מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם יו"ט מיט'ן רבם ומאורם סמוך ונראה צום הייליגן צדיק ר' נחמן זי"ע.


נאכדעם וואס דער מקובל שליט"א האט אבער ערהאלטן פערזענליך א מכתב קודש פון ידידו וריעו כבוד הגאון הצדיק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב, וועלכער באגריסט דעם מקובל לרגל זיין קומען קיין אומאן אויף ר"ה, און גלייכצייטיג פארבעט ער אז היות אין די לעצטע צענדליגער יארן איז געשטעלט געווארן א שטארקער דגש אויף קדושת המקום, וואו עס איז דאראונטער איינגעפירט אז נשים זאלן בכלל נישט קומען קיין אומאן אין די טעג פון ר"ה כדי אנצוהאלטן די גדרי הצניעות, האט דער רב שליט"א תיכף ארויסגעשיקט א מודעה וואו ער ווענדט זיך צו בני קהלתו אז הגם יעדער האט געפלאנט צו קומען קיין אומאן מיט זייערע משפחות, אבער היות לויט'ן איינפיר פון די רבני ומנהיגי ברסלב ובראשם הרה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א, וועם דער מקובל באטיטלט אלס 'ידיד נפשי שהוא קודש קדשים', האבן איינגעפירט פון יארן לאנג אז נשים זאלן נישט קומען אום ראש השנה, זאל מען דעריבער מקיים זיין דעם 'ועשית ככל אשר יורוך און זיך האלטן גענצליך צו אלע תקנות המקום פונקטליך, צולייגנדיג אז מיר זענען נאר די געסט און דאס פלאץ באלאנגט פאר זיי. לאור די ווערטער פונעם מקובל שליט"א וועלן נאר די מענער און בחורים פון די בני הקהלה קומען אויף ר"ה קיין אומאן.


Comments


bottom of page