דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
א שטראם פון שמחה וחדוה נעמט ארום חסידי טאלנא, שהחיינו והגיענו לזמן הזה, ווען נאך לענגערע יארן ארויסקוקן און ווארטן, איז מען בס"ד אריינגעטראטן אין דעם נייעם פראכטפולן ביהמ"ד הגדול דחסידי טאלנא אין שטאט אשדוד, וועלכע איז אין די טעג טיילווייז פארענדיגט געווארן לכבוד די שמחת הבר מצוה פון א זון ביי כ"ק אדמו"ר מטאלנא שליט"א.
די גרויסארטיגע חגיגה דערגרייכנדיג די לעצטע שטאפלען פון די בוי ארבעט ביים נייעם בית מקדש מעט איז געפראוועט געווארן ביינזאם מיט די שמחת הבר מצוה פאר'ן רבינ'ס זון, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים, ידידם און מעריצים וועלכע זענען געקומען זיך מיטפרייען ביי די גרויסע שמחה הכפולה בחצר הקודש.
אויפן אויבן-אן האבן זיך אנגעזען מערערע אדמורי"ם ורבנם צווישן זיי: כ"ק אדמו"ר מפיטסבורג שליט"א, כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, כ"ק אדמו"ר משומרי אמונים שליט"א, כ"ק אדמו"ר מטאלנא בית-שמש שליט"א, אב"ד מאקאווא אשדוד שליט"א, הגה"צ רבי יצחק משה ארלנגר שליט"א, רבני ודייני העיר אשדוד, און נאך פילע עסקנים ואישי ציבור.
נאכן שמחה איז כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א אריבערגעקומען אויף א באזוך צום טאלנא רבי'ן און געוואונטשן מזל טוב לכבוד די שמחה. נאכן באזוך האט דער רבי ארומגעוויזן כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א דעם גאנצן נייעם ביהמ"ד. אזוי אויך איז אריין צום רבי'ן הרה"צ רבי נחמיה אלתר שליט"א און זיין ברודער הרה"צ רבי שלמה צבי אלתר שליט"א קינדער פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, אפגעבן דעם ברכת מזל טוב בשליחות הקודש.
Comments