top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מעמד בקשת רחמים לרפואת האד' מפאריסוב; האד' ממשכנות הרועים צווישן פילע מתפללים ביים עצרת תפילה

מאנטאג פ' במדבר • כ"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

‎בילדער קרעדיט: צבי בלום


אין ליכט פונעם שווערן געזינט צושטאנד ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א וואס געפינט זיך שוין די לעצטע דריי וואכן על ערש דוי אויף א רעספירעיטאר, אן קיין פארבעסערונג לעת עתה - איז נעכטן נאכמיטאג אין ארץ ישראל פארגעקומען אן עצרת תפילה והתעוררות, מעמד "בקשת רחמים רבים" אין פאריסובער אין ירושלים, וואו מען האט אינאיינעם מתפלל געווען לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א. צווישן די פילע חסידים ואנשי מעשה וועלכער זענען זיך צוזאמגעקומען ביים עצרת האט זיך אנגעזעהן דעם רבינ'ס ברודער כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א, כ"ק האדמו"ר מקאלשין שליט"א און הרה"צ רבי יהושע אשר ראבינאוויטש שליט"א האדמו"ר מזעליחוב.


איידער אמירת תהילים האט אויפגעטרעטן מיט דברי התעוררות דער משפיע הרה"צ רבי חיים יוסף בידערמאן אב"ד לעלוב בני ברק וועלכער האט מעורר געוועהן דעם ציבור איינצרייסן וועלטן לקיים בנו חכמי ישראל, אויף דעם ספר תורה השרוי בצער, דאן האט מען געזאגט ספר רביעי אין תהילים נאכגעפאלגט מיט סליחות און די י"ג מידות של רחמים.


ווי די דאקטוירים געבן איבער איז פארהאן א מעגליכקייט אז מען זאל דארפן ארויפלייגן דעם רבי'ן אויף א טרעיק ל"ע נאכדעם וואס די רעספירעיטאר האט ליידער נישט געברעגנט די ריכטיגע תוצאות, כלל ישראל איז ווייטער מרבה בתפילה לרפואת מרן חנניה יוסף עקיבא בן רוחמא ליבא בתוך שאר חולי ישראל.















bottom of page