top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים: הכנה דרבה צו חתונה הגדולה בשמחת בית סקווירא – וויזניץ - ראחמיסטריווקא מאנסי

מיטוואך פ' בהעלותך • י"ג סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס התרגשות של שמחה ווערן שוין געמאכט די לעצטע הכנות צו די חתונה הגדולה פון די צווייטע אור-אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואס וועט פארקומען דעם קומענדיגן דינסטאג שלח אינעם גרויסן שאטער אין שיכון סקווירא.דער חתן איז א דאפלטער אור אייניקל פונעם סקווערער רבי'ן שליט"א, א זון פון הרב יעקב יוסף טווערסקי שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א חדב"ן כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און איידעם ביים רבי'נס זון הרה"צ רבי יצחק שליט"א, איידעם פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א. דער אבי הכלה איז הרב שמעון דוב טווערסקי שליט"א, בן כ"ק אדמו"ר מלוויעוו טשערנאביל פארשעי שליט"א און איידעם ביי הגה"צ אב"ד מאקאווא בארא פארק זצ"ל.


די שמחה וועט זיך אנהייבן דעם היינטיגן שב"ק בהעלותך בצל הקודש פונעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא מאנסי שליט"א, טראגנדיג א ספעציעלע שמחה'דיגע הרגשה ביים ציבור חסידים, זייענדיג די ערשטע שמחה ביים רבי'ן אין הויף נאכ'ן נכתר ווערן בכתר האדמורו"ת דעם פארלאפענעם חודש אב.לכבוד דעם גרויסן שבת של שמחה איז ערווארטעט א גרויסן ציבור אורחים, סיי חסידי ראחמיסטריווקא און סיי חסידי סקווירא וואס וועלן קומען צו פארן מיטלעבן דעם שבת, ובראשם דער זיידע הרה"צ רבי יצחק שליט"א וואס וועט מיטהאלטן דעם גאנצן שבת בצל הקודש פונעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א.


די עסקנים זענען אין שוואונג פון הכנות גדולות אהערצושטעלן די מאקסימום פלאץ אין ביהמ"ד און מיט די פארצווייגטע אש"ל אפאראט צו קענען אויפנעמען און פלאצירן דעם פלייץ פון אורחים.שלש סעודות וועט הרה"צ רבי יצחק שליט"א פראווען פאר חסידי סקווירא אויף א גרויסן פארנעם אין די ווילחאוויץ זאלן, און ביים זמן פון מוצאי שבת אריבערגיין קיין ראחמיסטריווקא פראווען דעם פארשפיל ביים שוואגער דער ראחמיסטריווקא רבי שליט"א.מאנטאג נאכט וועט פארקומען דער חתן-מאהל אין שיכון סקווירא, און דינסטאג נאכט די חתונה הגדולה, במעמד רבבות ישראל חסידים פון די גרויסע רבי'שע הויפן מכל הצדדים.


בהדרת כבוד וועט מען מקבל זיין דעם גרויסן זיידע פון ארה"ק, מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א וואס וועט קומען צו פארן מפאר זיין על ראש השמחה, אנגעהויבן פונעם חתן מאהל מאנטאג נאכט, און פראווען דעם שבת שבע ברכות אין שיכון סקווירא. באזונדער ווען מען האבן די כבוד אז כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א פון ארץ הקודש וואס וועט זיך געפינען אין ניו יארק די קומענדיגער וואך וועט מפאר זיין ביי די שמחה בבית צדיקים.


די שבעת ימי המשתה וועט זיין איין קייט פון חדוה עילאה, ספעציעל ביים אייגנארטיגן שבע ברכות זונטאג קרח נאכמיטאג מיוחד פאר לומדי כוללי סקווירא מחוץ לשיכון, מאנסי, וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנטעראל. אויך איז ערווארטעט א שיינע שבע ברכות מיטוואך שלח דורך ק"ק ראחמיסטריווקא מאנסי, ווען מ'וועט דערביי זוכה זיין מקבל צו זיין את פני הקודש פונעם דאפלטן עלטער זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בחצר חתנו, און דערביי קובע זיין א מזוזה בבית מדרשו.


זונטאג קרח וועט פארגעקומען די שבע ברכות דורך חסידי וויזניץ אין ניו יארק, קאמבינירט מיט א הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן צום וויזניצער ביה"ד אין מאנסי אין שפיץ פונעם רבי'ן שליט"א. מאנטאג נאכט וועט פארגעקומען די צענטראלע שבע ברכות און נעילת ימי השמחה אינעם שאטער הגדול אין שיכון סקווירא.


קול רנה וישועה באהלי צדיקים

Коментарі


bottom of page