מיטוואך פ' ויגש • ח' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
דעם גרויסן טאג 'זאת חנוכה' גמר מסירת הפתקין איזהיי יאר צום ערשטן מאל געפראוועט די הדלקת נרות חנוכה בחצר הקודש ראחמיסטריווקא אינעם ביהמ''ד הגדול. אנדערש ווי אלע יאהרן ווען די רבי שליט"א פלעג פראווען דעם טיש בעיצומו של יום - אויך ווען זאת חנוכה איז אויסגעפאלן ערב שבת, האט די רבי שליט"א דאס יאהר אויסגעדריקט רצון קדשו אפצורעכטן דעם טיש ליל שישי, צו מונע צו זיין א חשש חילולי שבת נאך די פארגאנגענע יאהרן ווען די חסידים פון אנדערע שטעט זענען אהיימגעפארן א קורצע צייט פאר כניסת השבת.
במשך די ימי חנוכה איז נאכט נאך נאכט געוועהן א מחזה הוד מיטצוהאלטן וואו הונדערטער חסידי ראחמסטריווקא און נאך פילע תושבי ירושלים האלטן מיט די הדלקת הנרות בצל קדשו פון רבי'ן שליט"א, וואס ווערט אפגעראכטן בשלהבת אש קודש אינעם היכל הטישן בבנין ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא.
ליל זאת חנוכה וועט די רבי שליט"א צום ערשטן מאל אפגעראכטן די מעמד הדלקת נרות חנוכה בהיכל ביהמ"ד הגדול צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידים וואס זענען געקומען צופארן מכל מקומות מושבותיהם מיטצוהאלטן די געהויבענע מעמד ההדלקה אין דעם גרויסן נאכט נאכגעפאלגט מיט די עריכת השולחן הטהור לכבוד האי יומא רבא, די געהויבענע טיש וואס האט זיך פארצויגן פאר לאנגע שעה'ן מלא אורה והתרוממות הנפש.
Comments