top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חצה"ק סלונים וועט דינגען צייטווייליגע ביהמ"ד הגדול דקהל תולדות אברהם יצחק פאר תפילות ראש השנה

פרייטאג פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

אין די יעצטיגע טעג איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש סלונים אין ירושלים עיה"ק, אז נאכדעם וואס דער יעצטיגער ביהמ"ד הגדול וואס געפינט זיך אין הארץ פון די מאה שערים געגענט, איז אין די לעצטע יארן געווען גאר ענג אריינצונעמען די פילע טויזענטער חסידים בליעה"ר וועלכע קומען אויף ראש השנה מיטהאלטן די געהויבנע תפלות בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסלונים שליט"א, איז דאס יאר בברכת הקודש רבי'ן שליט"א אפגעדינגען געווארן דעם דערנעבנדיגן ריזן היכל אויף רח' סאלאנט וואס האט אין די לעצטע חדשים געדינט אלס צייטווייליגער ביהמ"ד פאר קהלה קדושה תולדות אברהם יצחק ווילאנג ס'איז אנגעגאנגען די בוי ארבייט פאר זייער נייעם ביהמ"ד הגדול, און דערמיט וועלן צוקומען נאך ארום טויזענט זיץ פלעצער פאר סלונימער חסידים וועלכע ווילן קומען דאווענען אין די הייליגע טעג בבית מדרשו של רבי אין ירושלים, אין צוגאב צו די צוויי און א האלב טויזנט זיץ פלעצער וואס דער ביהמ"ד הגדול סלונים האט אנטהאלטן ביז יעצט.


לויט די יעצטיגע פלענער וועט אינעם גרויסן היכל פארקומען א באזונדערן מנין צו די תפלות, וואו עס וועט אויך זיין צוגעשטעלט א געהעריגן עזרת נשים, און א צאל חשוב'ע זקני וחשובי החסידים וועלן זיך דארט משתתף זיין ביי די תפלות, די תפילות וועלן אפגעראכטן ווערן אויפ'ן אייגנארטיגן סלונימער שטייגער מיט'ן קביעות'דיגן נוסח און באשטימטע בעלי תפלה, און ווי עס הייסט וועט מען אריבערגיין אויף קריאת התורה און די תקיעות דמיושב צום ביהמ"ד הגדול.



Comments


bottom of page