דינסטאג פ' ויגש • ז' טבת תשפ"ד | בחצרות הקודש
פארלאפענעם זינטאג (ויגש) איז פאגעקומען די שמחת התנאים פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, די כלה א טאכטער פון בנו הגדול הגה"צ ר' מאיר גרינוואלד שליט"א דומ"ץ פאפא, מיט די חתן א זון פון הגה"צ ר' יוסף לויפער שליט"א, איידעם ביי גיסו כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, די שמחה איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג.
די זיידע כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט געליינט די תנאים, אין עס האט אויפגעטראטן מיט א דרשה די זיידע כ"ק אדמו"ר מקיוויאשד שליט"א, נאכן שמחה איז די גאנצער ציבור דורך וואוינטשן מזל טוב פאר די חשובע מחותנים אין זיידעס האדמור"ים ורבנים שליט"א.
Comments