זונטאג וירא • ט' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: א. אייזנבאך
שטייענדיג עטליכע חדשים נאך וואס הגאון הגדול ר' אשר הכהן דויטש שליט"א מראשי ישיבת פונוביז איז דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה ל"ע, הערט מען פון די מקורבים ביים ראש הישיבה און די דאקטוירים אז די מצב האט זיך די לעצטע וואך פארערגעט און איז גאר שווער.
אין צוגאב צו די ביז יעצטיגע באהאנדלונגען, מוטשעט מען זיך אצינד מיט א שווערע אינפעקציע וואס טוט אויפברענגען גרויס זארג, און די דאקטורים זאגן אז מען זאל דאווענען אן אויפהער דער ראש הישיבה זאל זיך ערהוילן ווי אמשנעלסטן.
נעכטן מוצאי שבת איז פאררופן געווארן א גרויסן עצרת תפילה ביים כותל המערבי, וואו טויזנטער אידן פון די בני תורה קרייזן האבן זיך צוזאמגענימען אין שפיץ פון די רבנים וראשי הישיבות דורכצורייסן די שערי שמים לרפואתו השלימה פונעם ראש הישיבה, מרן אשר בן לאה בתוך שאר חולי ישראל.
Comments