מוצאי שבת לך לך • ח' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעידט: JDN
כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א איז דעם מיטוואך אנגעקומען קיין ביתר ווי דער רבי האט באשיינט די חתונה פון א אייניקל ביים שוואגער הגאון ר' אברהם זאנענבאד שליט"א, נכד הרה"ק רבי מאיר'ל מאמשינוב זי"ע, מיט די חתן א זון פון מקורבו ויד ימינו הרה"ח ר' אברהם יעקב קויפמאן הי"ו, די שמחה איז פארגעקומען אין די הגפן זאל אין ביתר.
דער רבי שליט"א איז ערשינען כחצות הלילה בשעת די סעודת החתונה און אנגעוונטשן די חתן און מחותנים ולכל הקהל הקודש, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מאכלים, און מען האט געזינגען די זמירות 'יצוה צור חסדו' און 'קה ריבון עלם' כנהוג אין אמשינוב, ביים בענטשן איז די רבי מכובד געווארן מיט ברכה אחריתא.
דערנאך איז די רבי אראפ צום צענטער פונעם זאל און געטאנצן אינעם רינג מיט די בני המשפחה כאחד האדם, און באזונדער געטאנצן מיט די חתן און מחותנים. עס איז געוועהן אן ערהאבן בילד בשעת די מצוה טאנץ ווען דער רבי האט פארלאזט דעם אויבן אן און האט זיך אראפגעזעצט אונטן צווישן די משפחה מיט זיין אייגנארטיגע באשיידנקייט אן קיין גינוני כבוד, די רבי האט מיטגעהאלטן די טענץ פון זיידעס און איז דערנאך געטאנצן מצווה טאנץ לפני הכלה.
Comments