דינסטאג וירא • י"א חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
בהדרת כבודה של תורה טוט דער תורה אידנטום אין אמעריקע באגריסן דעם אנקום פונעם אורח הדגול פון ארה"ק, הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע וועלכער טוט אפרעכטן א לענגערע ביקור הוד אין אמעריקע אויפצוטרייבן געלטער פאר די וועלט-בארימטע תורה-פעסטונג, די סלאבאדקע ישיבה אין בני ברק.
דער ראש ישיבה קומט היינט אן אין ניו יארק, און וועט במשך די קומענדיגע פאר וואכן חונן זיין את פני העיר איבער די צענטראלע אידישע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק און ניו דזשורזי, וואו אומעטום וועט אפגעראכטן געווארן גרויסארטיגע מעמדי קבלת פנים ווי עס פאסט פאר מאן מלכי רבנן, און מ'וועט זוכה זיין צו מקבל זיין מפיו לקחה של תורה די טיפזיניגע שיעורים און שיחות חיזוק פאר עמלי תורה ותומכי' וואס דער רבי ישיבה וועט משמיע זיין אין מערערע היכלי ישיבות און כוללים בכל עיר ועיר.
אינעם קלימאקס וועט אויף אן ערשטמאליגן פארנעם אפגעראכטן ווערן א גייסטרייכער "שבת היכלא" וואס וועט פאראייניגן תחת קורת גג אחד אלע בוגרי ויוצאי ישיבת סלאבאדקע, וואס וועלן האבן די זכי' מיטצולעבן א שבת שכולה תורה בצלו פונעם ראש ישיבה, אינעם "מעלאון רעזארט" האטעל אין ניו דזשורזי. מוצאי שבת וועט פארקומען א צענטראלער מעמד "כינוס התלמידים" וואו דער ראש ישיבה וועט אויפטרעטן מיט לענגערע דברי חיזוק און אדרעסירן דברים העומדים על הפרק ודעת תורה הבהירה איבער'ן שווערן מצב פונעם עולם התורה בארה"ק.
נקדמה פניו בתודה, ותנו כבוד לתורה
Comments