top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חיזוק באזוך דורך האד' מוויזניץ ביי משפ' גלבוע נאך טראגישע פטירה פון משפחה מיטגליד געפאנגען בידי רוצחים אין עזה

זונטאג פ' ויגש • כ"ח כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

היינט נאכמיטאג נאכן מעמד חנוכת הבית פארן נייעם וויזניצער תלמוד תורה אין אלעד איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנגעקומען אינעם דערנעבנדיגער שטאט פתח תקוה אויף א באזוך ביי משפ' גלבוע וואו עס איז פארגעקומען די מעמד כתיבת אותיות אויף א ספר תורה וואס ווערט געשריבן לעילוי נשמתה פון זייערס א קינד וועלכער איז געוועהן געפאנגען איבער א יאהר צייט בידי רוצחים אין עזה און איז מיט צוויי וואכן צוריק אומגעקומען דארט אינעם פינסטערניש במעלות קדושים וטהורים.


דער רבי שליט"א האט אריינגעשריבן די אותיות און דערנאך אפגעראכטן א שולחן לחיים און משמיע געוועהן ווארעמהארציגע דברות קודש וואו דער רבי האט געטרייסט די צובראכענע עלטערן פון דעם שווערן בראך און אריינגעבלאזן אמונה בטחון און חיזוק אין די עצמות יבשות.



Comments


bottom of page