דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ב שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

הושענא פועל ישועות - הושענא תל תלפיות: העפטיגע הכנות אין שטאט שענדישוב אין פולין צו אקאמעדירן דעם ריזן ציבור פון איבער די וועלט וועלכע קומען פוקד זיין דעם ציון הק' פונעם הייליגן סבא קדישא זי"ע לרגל די 120'סטע הילולא קדישא קומענדיגן ל' שבט הבעל"ט.
ספעציעלע הכנות צום היי יאריגן הילולא קדישא, נאך וואס מען האט בחסדי ה' באוויזן אפצוראטעווען דעם ציון הקדוש, ובתפילה על העתיד אז מען זאל קענען ענדיגן בשלימות דער פולקאמער הצלה ושכלול אדמת קודש צו אפהיטן און אהערשטעלן דעם בית החיים בכבוד הראוי.
*
העפטיגע ארבעט צו צוענדיגן בוי ארבעט ביים ציון הק' און אינעם בנין הכנסת אורחים לקראת די הילולא קדישא - דריי הערליכע האטעלן אין שטאט שענדישוב ארויסגעדינגען דורך "וועד משמרת" און הכנסת אורחים בעיר שענדישוב, צו קענען אקאמעדירן דעם ריזן ציבור משתתפים בליל הילולא קדישא על אדמת קודש אין שטאט שענדישוב קומענדיגן ליל שישי תרומה ל' שבט הבעל"ט - באזונדערע קבוצות ווערן ארענדזשירט פאר חסידים ואנשי מעשה פון אמעריקא, קאנאדא, אייראפע און ארה"ק.
*
שענדישוב, פולין – גרויס התרגשות הערשט ביי חסידים ואנשי מעשה לקראת די צום 120'סטען הילולא קדישא פונעם הייליגן סבא קדישא משענדישוב מרן הגה"ק רבי אברהם משענדישוב זי"ע, דער לעצטער אייניקל פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, וועלכער האט פארשיינט די וועלט בשעתו, ווען צדיקים וקדושים האבן געהאלטן פון עולם ומלואו.
בהאי יומא קא גרים ל' שבט אדר"ח אדר, ווען עס וועלן זיך צונויף קומען אידן פון איבעראל צו מתפלל זיין און פוקד זיין דעם ציון המציונת קודש הקדשים אין שטאט שענדישוב, להיפקד בדבר ישועה ורחמים.
אין די לעצטערע יארן איז געווארן א גאר שטארקע אויפוואכונג פון פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה, צו פארן אויף 'שענדישוב' צום יומא דהילולא פונעם סבא קדישא, און אין די יעצטיגע טעג גיין אן די פיבערהאפטיגע הכנות צו קענען אקאמעדירן דעם ציבור און אהערשטעלן אלע געברויכן פאר די פילע הונדערטע משטטחים ביים ציון הקדוש וועלכע קומען צופארן זיך אויסבעטן כל טוב.
דער הייליגער אדמת קודש איז פארהייליגט געווען פאר לאנגע יארן, און איז אלץ געווען באקאנט אלץ א מקום מסוגל לישועות, ביז צום חורבן ביים ביטערן קריג. נאכן קריג איז צוריק אויפגעשטעלט געווארן א אהל לויט די מעגליכקייטן בימים ההם.
פאר עטליכע יאר צוריק האט מען מחדש געווען דעם נייעם אהל הקדוש און נאך לאנגע באמיאונגען און פילע אומצאליגע טירחות און יגיעות צוריק געשטעלט געווארן די מקום קדוש אזוי ווי עס איז געווען פאר'ן קריג, צו באשיצן דעם ציון הקדוש של אותו זקן זי"ע, און גיבן די מעגליכקייט פאר די מתפללים זיך צו געהעריג משתטח זיין און פועל'ן כל מילי דמיטב. זינט מען האט אנגעהויבן צו קענען לייכטער פארן אויף שענדישוב, זענען שוין פילע אידן דארטן געהאלפן געווארן מיט אויסטערלישע ישועות, אויף דעם מקום קדוש.
מען זעט גאר באשיינפערליך געזען ווי די ווערטער פון ראדעמישלער רב - "הי' בכוחו להנהיג כל העולם על פי הנהגה שהוא למעלה מהטבע, וכמו שהי' ההנהגה בזמן שהי' בית המקדש קיים...", "כמו שכל ימיו התפלל לטובת ישראל, כן יעמוד בעולם העליון להשפיע לנו כל טוב" - ווערט מקויים געווארן אויף א גאר וואונדערליכן פארנעם. [לאות ולפלא אז אפילו ביי די גוים אין שטאט איז דער ציון געבליבן ביי זיי באקאנט אלץ זייער פארהייליגט, ווען זיי דארפן הילף קומען זיי צומאל אהין און צינדן ליכט].
לא יריעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי
עס איז נישט די פלאץ אין די קורצע פאר שורות ארויסצוברענגען די פונקטליכע דעטאלן איבערן מצב פונעם בית החיים, און פון וואס עס איז שוין געשריבן געווארן אינעם עבר איבער די פילע נאכפאלגן וואס עס איז אדורך אויפן ציון הקדוש און אויף די גאנצע שטח בית החיים ווי עס געפונט זיך אויך א גרויסער "קבר אחים", ווי עס זענען נטמן געווארן פילע קדושים הי"ד, וועלכע זענען אויסגעהרג'עט געווארן דורך די רוצחים הארורים ימ"ש ביים צווייטן וועלט קריג.
במשך די פארגאנגענע פאר יאר האט מען זיך אנגעשטויסן אין שוועריקייטן ווען סאיז געווען באו גויים נחלתיך רח"ל און ידי זרים שלטו און האבן געוואלט צונעמען דאס בעלות פונעם אדמת קודש און חלילה פארשוועכן דעם תל תלפיות שהכל פונים אליו היל"ת.
די וועד "משמרת קדשי עיר שענדישוב" און שפיץ פון חשובע אייניקלעך פונעם הייליגן סבא קדישא משענדישוב זי"ע האבן זיך אריינגעלייגט מיט יגיעה עצומה ובדמי"ם תרתי משמע במלוא מובן המילה, ביז עס איז געלונגען צו אפראטעווען, איבערפרישן און איבערבויען דעם בית החיים אין שענדישוב, און אויפבויען דעם אהל הקדוש פונעם צדיק וקדוש בכבוד הראוי, ווי אויך אפראטעווען דעם קבר אחים פון די קדושי שענדישוב הי"ד, און בעיקר צוריקצונעמען דאס בעלות אויפ'ן גאנצן ארט, כדי נישט צו דערלאזן קיין הפקירות אויפ'ן הייליג מקום און צו קענען אהערשטעלן דאס פלאץ פאר אידן וועלכע ווילן קומען זיך שופך שיח זיין אויף אזא מקום קדוש.
נאך עטליכע יארן פון פארהאנדלונגען און גאר שווערע ארבעט פין אונטערווענץ און צו באקומען סיי וואספאר א שטיקל בעלות אויפן מקום, און דערמיט דערקלערן שטייפקייט אפצוראטעווען דאס מקום קדוש, איז געלונגען צו אריינגיין אין א מקח, און דערמיט באקומען דעם כח אז "מיר זענען דא אויפן בית החיים", און האלטן דעם מקום בקדושה אז עס זאל בלייבן א תל תלפיות, און ח"ו נישט פאלן לחרפה ולבוזה.
טראץ וואס עס האט שוין אויסגעזעהן אז מען גייט פארלירן אלעס און עס איז ממש כלו כל הקיצין, האט מען מיט די ברכת הקודש פון די גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א נכדי רבינו, נאך גרויס יגיעה בחסדי ה' מצליח געווען צו אנהאלטן דעם מקח און פאראויס ג'יין בסייעתא דשמיא למעלה מדרך הטבע בכוחו של אותו זקן.
אצינד צום היי יאריגן הילולא קדישא וועט עס טראגן א באזונדערע באדייט ווען מען האלט שוין הונדערט און צוואנציג יאר פונעם יום שחשכו המאורות, און דער מקום קדוש איז ב"ה צוריק געשטעלט און מען קען ווייטער קומען שופך שיח זיין און פועלן אלעס גוטס.
אדמת קודש הוא "שענדישוב", א שטאט נישט ווייט פון ריישא, און הארט נעבן דעם שטאט "ראפשיץ". דער שטאט טראגט שוין מיט זיך אן אלטע היסטאריע און איז געווען גוט באקאנט אינעם אמאליגן חסיד'שן גאליציע, צוליב אירע גרויסע רבנים, הגה"ק רבי זכרי' מענדל משענדישוב זצ"ל, הגה"ק רבי שמעלקא ארוך אבד"ק טארנא זצ"ל, און נאך. גאר שטארק איז דער שטאט באקאנט געווארן, מיט'ן אויפשיין פון הרה"ק ר' אברהם הורוויץ זי"ע, על כסא ממלכתו אין שטאט שענדישוב.
דער הייליגער שענדישוב'ער רבי הרה"ק ר' אברהם זי"ע, איז געבוירן געווארן אין יאר תרפ"ג, צו זיין גרויסן פאטער הרה"ק צי"ע דער רבי ר' יעקב פון מעליץ זי"ע, עלסטער זוהן פון מרן רשכבה"ג רביה"ק בעל זרע קודש מראפשיץ זי"ע. ער האט נאך זוכה געווען צו קענען דעם הייליגן ראפשיצ'ער זיידן, אלס קליין קינד האט ער זוכה געווען צו א חביבות יתירה ווען דער זיידע פלעגט איהם נעמען אויפ'ן שויס. זיין פאטער דער מעליצ'ער רבי איז נפטר געווארן ווען ער איז נאך געווען אינג, און ער איז אויפגעוואקסן בצל קדשו פון זיין פעטער הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זי"ע, א ברודער מיט זיין פאטער.
אזוי איך איז ער געווען א נאנטער תלמיד פון הרה"ק ר"ר הערש מרימנוב זי"ע, וועלכע האט איהם שטארק געוואלט נעמען פאר אן איידעם, אבער דער פעטער הרה"ק מדזיקוב האט נישט געלאזט. ער איז געווען שטארק נערץ ונקדש ביי פיל צדיקי דורו.
מיט זיין גרויסע עבודה פון הסתר בתוך הסתר אויפן ראפשיצער שטייגער, פלעגט ער אפזאגן מענטשן וואס זענען געקומען צו אים, און שטארק ממאס געווען צו אן אפענע הנהגה. טראץ דעם האט ער געהאט א ריזן עדה חסידים, און מאסן אידן האבן זיך געווייקט במחיצתו הקדושה. ער איז געווען באקאנט אלס א גרויסע פועל ישועות, זיינע ברכות פלעגן מקוים ווערן במלוא מובן המילה, און טויזנטער אידן זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט צו ערהאלטן א ברכה פונעם מלאך ה' צבקות.
אידן האבן שטענדיג געוואוסט צו זאגן אז דער שענדישובער רב איז געווען ביכולת אויסצופועל'ן אויסטערלישע ישועות אויף א וואונדערליכן פארנעם. וויאזוי הרה"ק מגארליץ זי"ע, וועלכער איז ווי באקאנט געווען גאנץ שארף איבער פארשידענע רביים בימיו, און ער זיך נישט געווארפן מיט קיין איבריגע שבחים ומי יעמוד בסוד צדיקים, האט ער אבער געזאגט פאר איינעם וועלכער האט געדארפט א גרויסע ישועה "אין שענדישוב איז דא א רב הדומה למלאך ד' צבקות, פאר קיין שענדישוב וועסטו געהאלפן ווערן"...
אויסער זיין גרויסע גדלות איז געווען גאר באקאנט זיין קדושה וטהרה מיטן מורא'דיגן עבודת התפלה, וועלכע האט געווארפן א מורא'דיגער פחד אויפן ארום, זיינע תפלות פלעגן דויערן אפילו אין א פשוט'ע וואכנטאג לאנגע שעות ביז נאכמיטאג. ווען גאר באזונדער איז געווען אין שבת קודש, וואס חסידים פלעגן פארציילן אז ער פלעגט אריינקומען פרייטאג צונאכטס צו קבלת שבת ווען זיין הייליגע צורה האט געברענט ווי א ברענענדיגער פאקל, דאקעגן שבת בייטאג פלעגט ער אריינקומען צום דאווענען מיט א געוואלדיגן פחד, זיין צורה איז געווען ווייס ווי קאלך, א מדריגה וואס מען האט געזען ביי גאר פריערדיגע צדיקים וקדושים. און וויאזוי דער ראדעמישלער גאון ז"ל שרייבט ער בנוגע די עבודת התפלה פון זיין הייליגן שווער: ראינו דרכי צדקתו בהתגלות וכ"א נשבר לבו בקרבו כשומעם את דבריו הקדושים בשעת תפלתו, עבודתו בקדושה כמעט בהתפשטות הגשמיות"...
ווי דערמאנט איז דער שענדישובע'ר רב געווען דער לעצטער ראפשיצער אייניקל וועלכער האט אנגעפירט מיטן הערליכן גזע לבית ראפשיץ, ער איז נסתלק געווארן ל' שבט יום א' דראש חודש אדר אין יאר תרס"ה לפ"ק אין עלטער פון צוויי און אכציג יאר,. און ווי דער איידעם דער ראדעמישלער רב ז"ל צייכנט אן אין זיין הספד: "ובודאי בשעת הסתלקותו נתגלה אור גדול וכו' שהוא היה הצינור המשפיע לישראל, ועתה חסרנו כל אלה וכו' ויש לנו מאוד לבכות על הסתלקותו כי לא השאיר לנו תמורתו צדיק מדורות שלפנינו..."
*
שטייענדיג אין אזא זמן, וועלן דעריבער פילע הונדערטער אידן פארן קיין שענדישוב צום גרויסן יומא דהילולא קדישא, ווי מען וועט זיך משתטח זיין על הציון הקדוש און פועל'ן ישועות און רפואות פאר גאנץ כלל ישראל, אין אזא צייט ווען מען קוקט ארויס אויף ישועה ורחמים אומעטום.
אין די זעלבע צייט לייגט די וועד הכנסת אורחים אריין פיל יגיעה אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט אויפן בעסטן אופן לקראת די הילולא קדישא ווען עס וועט זיין א צוזאמפאר פון א גרויסן ציבור להפקד בדבר ישועה ורחמים. די הכנסת אורחים וועלכע איז אפען א גאנץ יאר פאר אלע מתפללים קומט גאר שטארק צוניץ ביים פוקד זיין דעם ציון הקדוש א גאנץ יאר, ובפרט יעצט בימי ההילולא ווען עס איז ממש צוגעשטעלט מכל טוב פאר די פילע הונדערטער מתפללים וועלכע קומען צו פארן ארום די טעג פון די יארצייט. ויושר יליצו בעדנו חיות אש, וזכותו הגדול יגן עלינו!
מי שענה לאברהם הוא יעננו!







Comments