מאנטאג פ' בהר • י"ב אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס דערלייכטערונג איז אויפגענימען געווארן די בשורה טובה איבער א שינוי לטובה אינעם מצב הבריאות ביי כ"ק אדמו"ר מפאריסוב שליט"א וואס איז פאריגע וואך אריינגענימען געווארן אין שפיטאל און געפינט זיך דאן על ערש דוי, היינט אינדערפרי האט זיך די רבי ב"ה ערוועקט און רעאגירט צו די ארומיגע, דאקטוירים זענען העכסט צופרידן פון די אנטוויקלונגען, זיי זאגן אז דער אינפעקציע איז שוין אסאך בעסער און געבן האפענונג אז מען זאל קענען אין די קומענדיגע טעג אראפנעמען דעם רבי'ן פונעם רעספירעיטאר.
די רבי שליט"א איז נאך אנגעוויזן אויף א ישועה און כלל ישראל ווערט גערופן ווייטער צו מתפלל זיין לרפואתו השלימה, מרן חנניה יוסף עקיבא בן רוחמה ליבא בתוך שאר חולי עמו ישראל עוד ינובון בשיבה דשנים ורעננים.
הודו לה' כי טוב, צדיק הדור, רבים צריכים לו.
יאריך ימים על ממלכתו
חסדי השם! רבים צריכים לו
וגם מזל טוב לרגל הולדות נכדו אצל בנו הגה"צ ר' הילל שליט"א ממאנסי