דאנערשטאג פ' בהר • ט"ו אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט התרגשות דקדושה גרייטן זיך מאסן חסידי בית מונקאטש אפצוצייכענען די 87'סטע הילולא קדישא פונעם צדיק יסוד העולם דער הייליגער "מנחת אלעזר" פון מונקאטש זי"ע, וואס געפאלט אויס בעצם יום השבת קודש, דעם קומענדיגן ב' סיון יום המיוחס, שב"ק פר' במדבר.
נכדו הגדול וממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועט אפרעכטן דעם שבת הילולא מיט א התעוררות עצומה און התרגשות עילאה, מיט'ן השתתפות פון מאסן חסידים ומעריצים פון איבער גרעיטער ניו יארק, וואס רישן זיך מיט געהויבנקייט מיטצולעבן דעם שבת הילולא בצל הקודש, וואו עס ווערט ביי יעדן אויפגעברענגט מיט געגועין די פריערדיגע שבתי הילולא אין די פארלאפענע יארן, וואס דער רבי שליט"א רעכט אפ מיט א ספעציעלע התעוררות און ברען במשנתו הטהורה והשקפה בהירה פונעם הייליגן בעל הילולא זי"ע.
די עסקנים נמרצים פון די מונקאטשע קהלה זענען אין די יעצטיגע אין טיפע שוואונג איינצוארדענען א מאסיווע אש"ל אפאראט, זיך גרייטנדיג אויפצונומען געסט פון אומעטום וואס וועלן קומען צו פארן צום שבת הילולא בצל נכדו וממשיך דרכו דער מונקאטשער רבי שליט"א.
Comments