top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בזמן שהצדיקים בעיר: יהדות לאנדאן וועט מקבל פנים זיין כ"ק האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א

דינסטאג פ' שלח • י"ט סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילד קרעדיט: שוקי לרר

 

א גרויס התרגשות נעמט ארום יהדות לאנדאן בכלל און חסידי סקולען בפרט, צו די פריידיגע ידיעה אז כ"ק האחים האדמורי"ם מסקולען שליט"א וועלן זיך ארויסלאזן אין וועג קיין עיר הבירה לאנדאן דעם קומענדיגן אנהייב חודש תמוז, צו מפאר זיין על ראש השמחה, ביי די שמחת הנישואין פון אן אייניקל ביים שוואגער הגה"צ רבי דוד לייב קלוגהויפט שליט"א מסטרעליסק חדב"ן הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצ"ל.


ביי די היסטארישע מסע האחים האדמורי"ם שליט"א, וועלן זיך אנשליסן כ"ק האדמורי"ם מסקולען פון וויליאמסבורג, מאנסי, לעיקוואד און ירושלים. עס ווערן שוין געמאכט די העפטיגע אראנדזשירונגען דורך עסקני חצר הקודש סקולען אנצוגרייטן די פיר פאכיגע געמיינזאמע נסיעה בשבת אחים גם יחד, ווען יהדות לאנדאן וועט זוכה זיין מקבל צו זיין פניהם בתודה, און אריינכאפן די געלעגנהייט לחסות בצל קדשם און נהנה זיין מאורם ביי די שמחת בית צדיקים און טעג ארום.


באזונדער רישט מען זיך אויף א צענטראלע קבלת פנים וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר לכבודם פון האחים האדמורי"ם שליט"א נאכ'ן חונן זיין את פני העיר לרגל די שמחה.


אין אנדערע נייעס בחצרות הקודש סקולען, גרייט מען זיך די וואך שב"ק פר' שלח אויף א שַבָּת אחים גם יחד, ווען די ברידער כ"ק האדמורי"ם מסקולען וויליאמסבורג, לעיקוואד און ירושלים, וועלן זיין צו גאסן אין שטאט מאנסי, און אינאיינעם באשיינען די שמחת שבע ברכות במעון קדשו פונעם ברודער, כ"ק אדמו"ר מסקולען מאנסי שליט"א, במשך אלע תפילות און טישן וואס וועלן פארקומען אויף א גרויסארטיגן פארנעם אין די זאלן פון "תפארת עלקא" אין שטאט מאנסי.

bottom of page