מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
אין א זעלטענע שריט איז נארוואס געמאלדן געווארן פון בית כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, אז דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן זיין פריוואטע ש"ס, אין וואס ער האט זיך באנוצט די אלע פילע צענדליגער יארן, הארעווענדיג דערין ביגיעת התורה און איז פול אנגעשריבן מיט הערות מחכימות בכתב יד קדשו, אז עס זאל ווערן אויסגעראפלט אין א זעלטענע "הגרלה" פאר די ש"ס-יונגעלייט פונעם כולל "קנין ש"ס" דבעלזא.
דער כולל "קנין ש"ס" איז א פרעכטיגע רינגעלע אינעם תורה-אימפעריע פון חסידות בעלזא, פארמאגנדיג סניפים איבער מערערע שטעט אין ארץ ישראל און אין חוץ לארץ, וואו די לומדים מופלגים זענען קונה ריזיגע כמות'ן פון ש"ס, און טוען דאס כסדר חזר'ן און קונה זיין כמונח בקופסא.
אצינד ווען א גרעסערע קבוצה פון מציונים אינערהאלב דעם כולל נעץ האבן זיך געלאזט פארהערן אויף מערערע מסכתות בעל פה, ביי די בעלזע דיינים און גדולי ישראל, האט דער רב שליט"א כאות הוקרה און כבודה של תורה אין אן איבערראשנדע ערשיינונג געלאזט מעלדן פאר די ראשי מפעל "תלמידו בידו", וואס פארפיגן אויף אלע מפעלי התורה פון בעלזא, אז ער שענקט אוועק זיין אלטע ש"ס, עס זאל אויסגעראפלט ווערן צווישן די נבחנים.
די היסטארישע הגרלה איז אצינד דאס געשפרעך פון טאג ביי חסידי בעלזא, וואס קוקן געשפאנט ארויס צו די גרויסארטיגע הגרלה רבתי וואס וועט אפגעהאלטן ווערן א טאג פאר ערב שבועות, ביים גרויסן יום עיון וואס וועט אפגעהאלטן פאר די לומדי הכולל קנין ש"ס, ווען עס וועט זיין די געלעגנהייט אויך פאר די לומדים פון חוץ לארץ אריינצוגיין און מיטהאלטן די הגרלה, קומענדיג צו פארן מיטצוהאלטן דעם יו"ט בצל הקודש. כדי צו געבן א ברייטערע מעגליכקייט פאר די לומדים צו זוכה זיין צום אומשאצבארן הייליגן געווינס, וועט יעדע כרך באזונדער אויסגעראפלט ווערן.
Comments