top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הסתלקות המשגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל: כסדר'דיגע נייעס און לייוו אפדעיטס

מוצאי שב"ק פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

די נייעס ווערט כסדר אפדעיטעד ©

 

הגה"צ אבד"ק אמונת ישראל שליט"א ביים ניחום אבלים.

 

מאנטאג שלח

היינט נאכמיטאג איז הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א אבד"ק אמונת ישראל ערשינען צום ערשטן תפילה אין ביהמ"ד אמונת ישראל נאכן הסתלקות פון זקינו מרן המשגיח זצוק"ל דער נייע רב שליט"א האט געדאווענט ביים מקום הקבוע פונעם משגיח אין ביהמ"ד און נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור דורך וואונטשן מזל טוב לרגל די חתונה נעכטן פון בנו החתן און לכבוד די התמנות אלס רב אין די קהילה ונאה וחסידה 'אמונת ישראל'.

 

מודעות | מאנטאג שלח

 

10:00 | מאנטאג שלח

האד' מליזענסק טבריה איז מנחם אבל ביי הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי אין זיין אכסניא אין טבריה.

 

7:30 | מאנטאג שלח

ביים דורכגיין.

 

7:25 | מאנטאג שלח

ביים מנחם אבל זיין די אבלים נאכן סתימת הגולל.

 

7:20 | מאנטאג שלח

נגנז ארון הקודש, יעצט האט זיך פארענדיגט דער מסע הלוי' פון דער זקן צדיקי הדור האדם הגדול בענקים מרן המשגיח הגאון הצדיק רבי משה וואלפסאן אב"ד אמונת ישראל זצ"ל וואס איז אין די מינוטן געקומען לקבורה אויפן בית החיים העתיק אין עיה"ק טבריה, די הונדערטער פארזאמלטע פארלאזן אצינד דעם בית החיים אין צושפרייטן זיך נאך די גרויסע לוי'.


 

6:50 | מאנטאג שלח

 

6:40 | מאנטאג שלח

די קינדער הרבנים הגאונים שליט"א ביים זאגן קדיש נאך סתימת הגולל.

 

6:30 | מאנטאג שלח

ביים קבורה יעצט נאכמיטאג אויפן בית החיים אין טבריה.

 

6:20 | מאנטאג שלח

יעצט ביים באגלייטן די מיטה צום ריכטונג פונעם בית החיים וואו די משגיח זצוק"ל וועט קומען לקבורה.

 

6:00 | מאנטאג שלח

אין די יעצטיגע מינוטן איז די מיטה פון מרן המשגיח זצ"ל אנגעקומען צום אלטן נאסטאלגישן קארלינער שול אין עיה"ק טבריה, דארט ווי עס איז געווען בית מדרשו פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער זי"ע סמוך ונראה צום אלטן בית החיים, ווי עס זענען פארזאמלט הונדערטער אידן, יעצט איז מספיד הרה"ג רבי שמואל דישון שליט"א, מנהל מוסדות יד ישראל קארלין סטאלין, ידיד נעוריו פונעם משגיח זכר צדיק לברכה, דערנאך וועט מען באגלייטן די מיטה צום ריכטונג פונעם בית החיים וואו די משגיח זצוק"ל וועט קומען לקבורה נאך בעפאר די שקיעה.

 

3:30 | מאנטאג שלח

אנקומענדיג צום ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא אויף רחוב גבעת משה האט כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געזאגט קדיש, דערנאך האט מען אריינגעלייגט די מיטה אינעם אויטא פון די חברא קדישא וואו מען באגלייט ווייטער די מיטה בדרכו האחרונה אויפן וועג קיין טבריה, צווישן די מלווים זעהט זיך אן האדמורי"ם מביאלא - מודזיץ - לויצק - זוטשקא - אמשינאוו בארא פארק - תורת חכם - זוטשקא ירושלים - מבקשי אמונה - לעלוב ירושלים - ליטשיק - ביאלא פשיסחא הר נוף - תולדות משה - הרה"צ צבי מאיר זילברברג - יצחק משה ארלנגר - משה ברזובסקי סלונים -  ר"י שו"א - גאב"ד זוועהיל - אב"ד שערי טויבה - גאב"ד ביתר - אב"ד ראדומישלא - אב"ד קאלוב ביתר - ראש ישיבת טשעבין און נאך.

 

3:20 | מאנטאג שלח  יעצט נאך די הספדים טוען טויזנטער אידן תושבי ירושלים עיה"ק אין שפיץ פון אדמורי"ם ורבנים באגלייטן די מיטה ברחובות קרתא דשופריא דורך די גאסן פון אבן האזל, עזרת תורה און גבעת משה ביז נאך ביהמ"ד הגדול ראחמיסטריווקא. פון דארט וועט מען ארויספארן קיין עיר הקודש טבריה ווי די גרויסע נפטר וועט קומען למנוחת עולמים אויפן איר אלטן בית החיים. כמנהג ירושלים וועלן די קינדער און אייניקלעך נישט באגלייטן די מיטה.

 

3:00 | מאנטאג שלח

מרן פוסק הדור הגאון האדיר רבי משה שטערבנוך שליט"א בעל 'תשובות והנהגות' טרעט יעצט אויף מיט דברי הספד אחר מיטתו פונעם משגיח זצוק"ל ביים לוי' ברחובה של עיר ירושלים.

 

2:50 | מאנטאג שלח

די ברודער הרבנים הגאונים הצדיקים ביים זאגן קדיש נאכן רייסן קריעה.

 

2:45 | מאנטאג שלח צווישן אנדערע זעהט זיך יעצט אן ביי די לוי' אין ירושלים האחים האדמור"ים מתולדות אברהם יצחק, תולדות אהרן, קארלין סטאלין, סקולען ירושלים, קהל חסידי ירושלים, אונגוואר, און נאך. יעצט איז מספיד הרה"ג ר' יצחק אזנפעלד שליט"א רב דקהל אמונת ישראל אין ירושלים מגדולי תלמידיו פונעם משגיח זצ"ל.

 

2:30 | מאנטאג שלח בנו חביבו פונעם משגיח זצ"ל הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אבד"ק אמונת ישראל מאנסי טרעט יעצט אויף מיט דברי פרידה.

 

2:15 | מאנטאג שלח

די מיטה איז נארוואס אנגעקומען צום לוי' אין ירושלים, פילע אידן זענען פארזאמלט אינעווייניג אין ביהמ"ד און צושפרייט אויף די ארומיגע גאסן, מען האט אנגעהויבן די לוי' מיט פרקי תהילים לרפואתו השלימה פון כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א, צו וועם די משגיח איז געוועהן גאר נאנט מקושר להבדיל בין חיים לחיים, און די לעצטע תקופה מרעיש עולמות געוועהן און כסדר געבעטן איינצורייסן רחמי שמים לרפואתו השלימה פונעם קאסובער רבי'ן.

 
 

1:30 | מאנטאג שלח נאכמיטאג

אין די יעצטיגער מינוטן האט האט דער ארון פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל געלאנדעט על אדמת ארץ הקודש, אינעם לופטפעלד האט אפגעווארט די מיטה כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א וועלכע האט געזאגט א קדיש אחר מיטתו פונעם משגיח זצ"ל. די מיטה איז יעצט אויפן וועג קיין עיה"ק ירושלים און איז ערווארטעט אנצוקומען צום לוי' ביים ביהמ"ד אמונת ישראל ארום 2:15 נאכמיטאג.


 

1:00 | מאנטאג שלח נאכמיטאג

על פי הוראת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וועלן אלע חסידים, בעלי בתים אברכי הכוללים און די תלמידי הישיבות ארויסקומען צום לוי' פון ידידו ורעו המשגיח הגה"צ רבי משה וואלספאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל און אפגעבן דעם כבוד התורה פארן שריד לדור דעה וזקן הרבנים, אויך אין טבריה וועלן די חסידים תשובי המקום זיך משתתף זיין ביים לוי' אין די קבורה אויפן ארטיגן בית החיים.

 

זונטאג שלח נאכמיטאג

 

5:00 | זונטאג שלח נאכמיטאג

ארונו בא: די מסע הלוי' אין ארץ ישראל וועט ארויסגיין מארגן מאנטאג 1:30 נאכמיטאג פון ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין ירושלים אויף רח' אבן האזל - ביים בנין מוסדות טשעכנוב במעמד אלפי ישראל. נאך די הספדים וועט די מיטה ארויספארן קיין עיה"ק טבריה וואו דער משגיח וועט קומען למנוחות עולמים אויפן איר אלטן בית החיים מקום מנוחתם פון די שרפי מעלה צדיקי הבעש"ט הק'.


מער פונקטליכע דעטאלן און די סדרי הלוי' וועט נאכפאלגן דא אויף 'בחצרות'.


 

4:45 | זונטאג שלח נאכמיטאג

הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלספאן אבד"ק אמונת ישראל מאנסי ביים צינדן ליכט בעת די לוי' אין זיין אכסניא אין ירושלים עיה"ק.

 

3:45 | זונטאג שלח נאכמיטאג

לויט די יעצטיגער פלענער וועט די גרויסער לוי' אין ארץ ישראל פארקומען מארגן מיטאג צייט ביים טשעכנובער ישיבה אין ירושלים וואו עס איז פון דאסניי ערווארטעט טויזנטער אידן בני ארץ ישראל.


 

3:30 | זונטאג שלח נאכמיטאג

אין די פריערדיגע מינוטן איז די ארון פונעם משגיח זצוק"ל אנגעקומען צו די JFK לופטפעלד, וואו א גרויסן ציבור איז ארויסגעפארן מלווה זיין די מיטה בדרכו האחרונה, די פליגער וועט זיך הייבן פון ניו יארק אום 5:00 נאכמיטאג און איז ערווארטעט צו לאנדען אין די לוד לופטפעלד מארגן מאנטאג פארמיטאג. מער פרטים איבער די לוי' אין ארץ ישראל וועט נאכאפאלגן.


 

1:45 | זונטאג שלח נאכמיטאג

 

1:20 | זונטאג שלח נאכמיטאג


 

1:15 | זונטאג שלח נאכמיטאג

דרכי בארא פארק אבילות

אין די יעצטיגע מינוטן נאכן פארענדיגן די הספדים האט הרה"ג ר' ברוך בער אונגארישער שליט"א געזאגט דעם "קל מלא רחמים" און מען האט דערנאך ארויסגעפירט דעם ארון פונעם ביהמ"ד, וואו אלופי אלפי ישראל באגלייטן אצינד די מיטה אויפן די בארא פארקער גאסן. בראש המלווים זעהן זיך יעצט אן ביי די לוי' האדמור"ים מבאבוב 45, ראחמיסטריווקא, טשערנאביל, ראחמיסטריווקא וויליאמסבורג, ווערדאן פון בארא פארק, אונגוואר, סקווירא פון בארא פארק, הרה"ג ר' שלום רוקח שליט"א נכדו הגדול פון האד' מבעלזא און נאך.

 

12:55 | זונטאג שלח פארמיטאג

וזרח השמש ובא השמש, יעצט ביים גרויסן לוי' אין בארא פארק האט הרה"ח ר' שלמה לעזער הי"ו אויסגערופן די צוואה וואס די משגיח האט איבערגעלאזט בנוגע די המשכה בהנהגת העדה הקדושה, בנו חביבו הגה"צ רבי אברהם יצחק וואלספאן שליט"א וועט דינען אלס רב דקהל אמונת ישראל אין מאנסי וואו ער איז נתמנה געווארן אלס רב דורך זיין גרויסן פאטער די משגיח - בחיים חיותו, נכדו חביבו פונעם משגיח הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א דומ"ץ אמונת ישראל ווערט אויפגענימען לכהן תחת זקינו בהנהגת העדה הקדושה דקהל אמונת ישראל אין בארא פארק.


למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל

 

12:20 | זונטאג שלח פארמיטאג

מען איז ממשיך די הספדים על סילוקו של צדיק, יעצט איז מספיד נכדו חביבו פונעם משגיח הגה"צ רבי שמואל יהודה זילבער שליט"א דומ"ץ דקהל אמונת ישראל א זוהן פון כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א, חדב"ן.

 

12:10 | זונטאג שלח פארמיטאג

ביי די לוי' זענען זיך יעצט משתתף האדמור"ים מבאבוב, וויז'ניץ ירושלים, וויען, בית חיים יהושע, לעלוב, קאסאן, טענקא, בלאזוב ריבאטיטש און נאך.

 

12:05 | זונטאג שלח פארמיטאג

האדמו"ר מלעלוב אין קאסאן יעצט ביים מסע הלוי'.

 

12:00 | זונטאג שלח פארמיטאג

כ"ק אדמו"ר מתולדות יהודה שליט"א חתנו כבנו פונעם משגיח זצוק"ל טרעט יעצט אויף טרעט יעצט אויף מיט דברי הספד בכי מספד תמרורים, פריער האט מספיד געוועהן חתנו הרה"ג רבי חיים ראזענבערג מראשי ישיבת שערי יושר.

 

11:50 | זונטאג שלח פארמיטאג

דער מסע הלוי' האט זיך אנגעהויבן מיט אמירת תהלים, פארגעזאגט פסוק בפסוק דורך הרה"ח ר' שלמה לעזער הי"ו א נאנטע מקורב פונעם משגיח, וועלכער האט פארגעזאגט קאפיטל ט"ז מכתם לדוד, און מיט הייסע בכיות איינגעריסן אז דער משגיח זאל ווייטער זיין א מליץ יושר פאר די עדה הקדושה און גאנץ כלל ישראל.

 

11:45 | זונטאג שלח פארמיטאג

מען קען מיטהאלטן די לייוו הוקאפ פונעם מסע הלוי' פונעם זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אב"ד אמונת ישראל אויף 'קול בחצרות' 716-232-2888 / 9-3


 

11:30 | זונטאג שלח פארמיטאג

אין די יעצטיגע מינוטן האט מען אריינגעפירט די מיטה פונעם זקן המשגיחים בהיכל ביהמ"ד הגדול דקהל אמונת ישראל אין בארא פארק צווישן די פיר ווענט וואו די משגיח האט אפגעראכטן זיין אויסטערלישע עבודת הקודש רבות בשנים, און אריינגעשיינט די אור האמונה והעבודה אין אידישע הערצער. הונדערטער תלמידים האבן דערביי זיך געריסן קריעה מיט בכיות און געוויין, זייענדיג מתאבל אויף די שרעקליכע אבידה מיט אן אויסטערלישן צער אויסגעגאסן אויפ'ן פנים, די גאסן ארום דעם ביהמ"ד זענען שווארץ פון טויזנטער טויזנטער אידן, זקנים עם נערים אין שפיץ פון פילע גדולי ישראל וואס זענען - טראץ די שווערע היצן געקומען אפגעבן דעם כבוד הראוי פאר'ן זקן הצדיקים די משגיח זכר צדיק לברכה.

 

11:00 | זונטאג שלח פארמיטאג

דער ארון קומט יעצט אן למעון הקודש פונעם משגיח זצוק"ל אויף די דריי און פערציגסטע גאס אין בארא פארק, וואו די מיטה איז געווארן אראפגעלייגט אויף דער ערד אינעם פאריתומ'טער חדר הפרטי פונעם משגיח, במעמד פון די בני המשפחה און נאנטע מקורבים, וועלכע געזעגענען זיך בדמעות שליש. הונדערטער אידן זענען שוין פארזאמלט אינעם ביהמ"ד הגדול וואו מען גרייט זיך אין די קומענדיגער מינוטן אנצוהייבן די לוי'.

 

10:55 | זונטאג שלח פארמיטאג

על פי פקודת הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, וועלן זיך די טויזענטער תלמידי הישיבה ואברכי הכוללים משתתף זיין ביים מסע הלוי' פונעם שריד לדור דעה המשגיח המפורסם זצ"ל, כדי אפצוגעבן דעם כבוד האחרון.


ווי באקאנט האט דער משגיח געהאט א ספעציעלע קשר וקירבה יתירה ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אין לויף פון די לעצטע פופצן יאר, ווי דער משגיח זצ"ל מיט יבלחט"א דער רב שליט"א פלעגן פארברענגען אינאיינעם וויילנדיג אויף קור אין פלארידע, אויך פלעגט דער משגיח זצ"ל מיטגעהאלטן פילע שמחות בבית באבוב וואו עס האט זיך שטארק אנגעזעהן דאס ידידות און הערצה.


ביים לעצטן באזוך פון האד' מבאבוב ביים משגיח זצ"ל דעם ווינטער העעל"ט.

 

10:45 | זונטאג שלח פארמיטאג

די מיטה קומט יעצט אן פארנט פון ישיבת תורה ודעת אין פלעטבוש וואו מען הייבט אן די לוי' מיט פרקי תהילים בהתעוררות רב.


 

10:30 | זונטאג שלח אינדערפרי

היינט אינדערפרי איז דער ארון פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל אנגעקומען קיין שיכון סקווירא, וואו די חברא קדישא ד'שיכון סקווירא האבן דורכגעפירט די טהרה על גופו הטהור.


א קורצע צייט דערויף איז די מיטה אנגעקומען ביים רחבת ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא וואו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט אפגעווארט די מיטה בראש המלווים, די הונדערטער תושבי שיכון סקווירא און פילע תושבי מאנסי וועלכע זענען געקומען חולק זיין כבוד התורה פארן גרויסן נפטר, צווישן זיי: האדמור"ים מראחמיסטריווקא מאנסי, ראחמיסטריווקא ספינרג וואלי, זוועהיל ארה"ב, הגה"צ רבי רפאל שארר אב"ד תפארת גדלי' וראש ישיבת וויז'ניץ, הרבנים הגאונים בני כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א און די חברי הבית דין צדק.


דער דיין הגה"צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא האט פארגעזאגט קל מלא רחמים, דערנאך האט מען באגלייט די מיטה ברחובה של עיר וואו די רבי שליט"א און הונדערטער אידן זענען נאכגעגאנגען דעם ארון מיט אראפגעלאזטע קעפ און געקלאפטע געמיטער, ביזן ארויסגאנג פונעם שטעטל, וואו די מיטה איז אפגעראפן אויפן וועג אריין אין שטאט.


 

10:15 | זונטאג שלח אינדערפרי

אויך אין ביתר וועט מען זיך צוזאמגעקומען מיטהאלטן די לוי' דורך א הוקאפ אין ביהמ"ד אמונת ישראל אויף רח' המגיד ממזריטש אין שטאט.


 

9:50 | זונטאג שלח אינדערפרי

ביים אנגרייטן די חלקה אויפן איר אלטן בית החיים אין שטאט טבריה וואו עס ליגן באהאלטן די תלמידי הבעש"ט, און צדיקי אמשינאוו, סטישטין, בילגרייא, סאסוב און נאך.

 

9:45 | זונטאג שלח אינדערפרי

 

9:30 | זונטאג שלח אינדערפרי

היינט אום 6:00 אזייגער נאכמיטאג אין ארץ ישראל בעת די מסע הלוי' פונעם זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצ"ל אב"ד אמונת ישראל וועלן זיך הונדערטער חסידים ותלמידים חברי קהילת אמונת ישראל בארצינו הקדושה ההולכים לאורו הבהיר, צוזאמנעמען אין ביהמ''ד הגדול סקווירא אויף רח' בר גיורא אין ירושלים וואו מען וועט מיטהאלט די מסע הלוי' מריחוק מקום דורך א לייוו הוקאפ, אויך די עזרת נשים וועט זיין אויפן פאר די נשות הקהילה.


לויטן יעצטיגן פלאן וועט מארגן פארקומען א גרויסע לוי' בפלטרין של מלך אין ירושלים עיר הקודש ווי אלפי ישראל תושבי ארץ ישראל וועלן זיך פארזאמלען אפצוגעבן דעם כבוד הראוי פארן צדיק נשגב משיירי כנסת הגדולה, אויפן וועג למנוחתו כבוד אין עיר הקודש טבריה. ביים לוי' מארגן אין ארץ ישראל וועלן זיך באטייליגן די צוויי חשובע זון פונעם משגיח זכר צדיק לברכה הגאון רבי אברהם יצחק וואלפסאן שליט"א אב"ד אמונת ישראל מאנסי וועלכע וויילט די טעג אין ארץ ישראל לרגל די חתונה פון א אייניקל, און הרב צבי אלימלך וואלפסאן שליט"א וועלכע וואוינט אין ארץ ישראל.


 

9:10 | זונטאג שלח אינדערפרי

כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א איז יעצט ארויסגעקומען צום רחבת ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא וואו הונדערטער חסידים זענען פארזאמלט אפצוגעבן דעם כבוד הראוי ביים מסע הלוי' פונעם גאון וצדיק די זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלפסאן זכר צדיק וקדוש לברכה אב"ד אמונת ישראל, זקן חסידי סקווירא.


 

8:45 | זונטאג שלח אינדערפרי

די ארון אויפן וועג פונעם טהרה שטיבל אין שיכון סקווירא צום לוי' ביים רחבת ביהמ"ד הגדול אין שטעטל.

 

6:45 | זונטאג שלח פארטאגס

די מיטה פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל האט נארוואס פארלאזט בית מדרשו אין בארא פארק אויפן וועג קיין שיכון סקווירא, וואו מען וועט דורכפירן די טהרה על גופו הטהור, נאך די טהרה אין סקווירא שטעטל אום 9:00 צופרי וועט פארקומען א קורצע לוי' וואו כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט מלוה זיין די מיטה בראש קהל חסידיו אויף די גאסן פון שיכון סקווירא.


אומגעפער 10:45 וועט די ארון אנקומען פארנט פון ישיבת 'תורה ודעת' וואו די משגיח האט מרביץ תורה געוועהן אריבער זיבעציג יאהר און מעמיד געווען טויזנטער תלמידים הגונים. דערנאך ארום 11:15 וועט זיך אנהייבן די לוי' אין ביהמ"ד הגדול דקהל 'אמונת ישראל' אויף די זעכצענטע עוועניו, וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים.

 

5:30 | זונטאג שלח פארטאגס

 

3:00 | זונטאג שלח פארטאגס

הכנות צום גרויסן מסע הלוי' 11:00 פארמיטאג ביים ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אויף די זעכצנטע עוועניו גאס אין בארא פארק.

 

2:30 | זונטאג שלח פארטאגס

יעצט באנאכט איז דער מיטה פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל אנגעקומען להיכל בית מדרשו אין בארא פארק, ווי נאר מען האט אריינגעפירט דעם ארון הקודש אין ביהמ"ד, האבן שטורמישע בכיות אויסגעבראכן אין ביהמ"ד און לאנגע מינוטן נאכאנאנד האט מען זיך נישט געקענט בארואיגן.


אין לויף פון די נאכט וועלן הונדערטער תלמידים, אנקומען זאגן תהילים ארום די מיטה און זיך געזעגענען פונעם רועה נאמן.


אינצווישן האט מען אנגעהויבן מיט די הכנות צו די ריזיגע לוי, וואס איז באשטימט געווארן ארויסצוגיין מבית מדרשו פונעם משגיח אין בארא פארק. עסקנים פון אלע שיכטן ארבעטן האנט ביי האנט מיט די ראשי הקהילה, און מען ארבעט אויס אלע פרטים, אז מען זאל קענען האלטן די זמנים פונקטליך צו קענען אניאגן דעם נאכמיטאג פליגער קיין ארץ ישראל.


צוליב טעכנישע סיבות וועט די לוי' - נישט דורכפארן אין שיכון סקווירא ווי געפלאנט, כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט אריינקומען אין שטאט צום לוי' אין בארא פארק.


 

2:20 | זונטאג שלח פארטאגס

פילע תלמידים אין ביהמ"ד ביי אמירת תהילים ארום די מיטה, נישט קענענדיג זיך צוזאמקלייבן פונעם שווערן בראך.

 

2:15 | זונטאג שלח פארטאגס

די מיטה ביים אנקומען צום ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אין בארא פארק.

 

2:00 | זונטאג שלח פארטאגס

לויט די יעצטיגע פלענער וועט די מיטה פונעם משגיח הגה"צ רבי משה וואלפסאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל - אנקומען קיין שיכון סקווירא תיכף נאכן גרויסן מסע הלוי' אין שטאט בארא פארק, וואו טויזנטער סקווירא חסידים ועל צבאם כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועלן אפגעבן דעם כבוד האחרון פארן זקן המשגיחים ושריד לדור דעה.


אבל יחיד עשי לך אלפי חסידי סקווירא וועלכע טרויערן מיט גרויס צער אויף די שווערע שווערע פארלוסט מיטן הסתלקות פונעם משגיח, וועלכער איז אלע יארן געווען פון די יושבים ראשונה במלכות, דער משגיח פלעג יעדעס יאהר קומען צו פארן שבתים קיין סקווירא וואו ער פלעג אינאיינעם מיט חברי קהילתו מיטהאלטן די תפילות און טישן מיט א זעלטענעם התבטלות כעבדא קמי מרי אין כמים פנים אל פנים האט די סקווירא רבי שטענדיג ארויסגעוויזן אן אויסטערלישע הערצה און מכבד געוועהן דעם משגיח זצ"ל מיטן גרעסטן מאס כבוד.


בימים כתיקונם האט די משגיח נישט פארפאסט קיין שמחה אין סקווירא און באשיינט די פילע מעמדים און מאורעות אין הויף, מיט עטליכע וואכן צוריק האט נאך די משגיח אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד ביים מעמד התייסדות קרית סקווירא אין בעטעל.


 

1:30 | מוצאי שבת בהעלותך

אשכבתיה דרבי: די מסע הלוי' פונעם זקן המשגיחים הגה"צ רבי משה וואלספאן זצוק"ל אבד"ק אמונת ישראל וועט ארויסגיין מארגן זונטאג 10:00 פארמיטאג פון בית מדרשן דקהל אמונת ישראל אויף די דריי און פערציגסטע גאס ביי די זעכצענטע עוועניו, וואו עס וועלן געהערט ווערן הספדים, דערנאך וועט די מיטה אפפארן צום JFK לופטפעלד אויפן וועג קיין ארץ ישראל, וואו עס וועט מאנטאג פארקומען א באזונדערע לוי' במעמד אלפי ישראל, דער משגיח וועט קומען לקבורה אויפן איר אלטן בית החיים אין שטאט טבריה.

 

1:20 | מוצאי שבת בהעלותך

הכנות אנגעהויבן צום גרויסן מסע הלוי' מארגן ביים ביהמ"ד דקהל אמונת ישראל אויף די דריי און פערציגסטע גאס.

 

1:15 | מוצאי שבת בהעלותך

די מיטה פארלאזט יעצט די מאונט סיני שפיטאל און וועט אין די קומענדיגער שעה אנקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול 'אמונת ישראל' אין בארא פארק, וואו א ריזן ציבור איז שוין פארזאמלט.


 

1:00 | מוצאי שבת בהעלותך

לויטן יעצטיגן פלאן וועט דער מסע הלוי' ארויסגיין מארגן זונטאג פארמיטאג אין בארא פארק, וואו מען ערווארט די באטייליגונג פון רבבות אידן וואס וועלן קומען חולק זיין כבוד התורה, די מיטה וועט אפגעפירט ווערן קיין ארץ ישראל וואו דער משגיח זצ"ל וועט קומען למנוחות.


 

12:30 | מוצאי שבת בהעלותך

און ווייטערדיגע באריכטן איבער די הסתלקות פונעם זקן המשגיחים הגה"צ המפורסם רבי משה וואלפסאן זצ"ל אבד"ק אמונת ישראל, דער משגיח איז היינט שבת נאכמיטאג אומגעפאלן ביי זיך אין שטוב, אין די צייט וואס דער ציבור האט שוין געווארט אין ביהמ"ד, מוצאי שבת האט מען ארייגענימען דעם משגיח צו די מאונט סיני שפיטאל וואו ער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, אזוי ווי די ידיעה איז אנגעקומען אין ביהמ"ד האט מען זיך באלד געשטעלט זאגן תהלים מיט בכיות נוראות, בעת די ערשטע הילף האבן פרובירט זייער'ס צו ראטעווען די מצב, אבער ליידער איז די גזירה געווען פארשריבן, און מען האט נישט געקענט טון מער ווי באשטעטיגן אז דאס ארגסטע האט ליידער פאסירט, דער צדיק ופרוש האט אויסגעהאכט זיין לויטערע נשמה איבערלאזנדיג נאך זיך פילע הונדערטער תלמידים צובראכן און צושוידערט.

 

כל הזכויות שמורות ©

Comments


bottom of page