top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בא יבוא ברנה: אבד"ק סאטמאר ווליאמסבורג וועט פראווען שבת התאחדות אין מאנטרעאל

דינסטאג פ' קדושים • כ"ט ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


מיט אן אויסטערלישע שמחה וחדות הלבבות האבן חסידי סאטמאר תושבי מאנטרעאל קאנאדא אויפגענומען די בשורה מרנינה אז הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א וועט אפרעכטן א געהויבענעם ערשטמאליגן "שבת התאחדות" בקרב הקהלה אויף דעם קומענדיגן שב"ק פר' אמור, בשליחות הקודש פונעם פאטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


דער באזוך ווערט אונטערגענומען אין א צייט ווען די סאטמארע קהלה אין מאנטרעאל האט זיך בליעה"ר פרעכטיג צעבליעט און צעוואקסן אויף אן אויסטערלישן פארנעם בכמות ובאיכות, און עס ווערט כסדר נתרומם ונתרחב די גבולי הקדושה לשם ולתפארת, ובפרט דער צענטראלער ביהמ"ד הגדול דסאטמאר, וואס שיינט ארויס אלס לייכטטורעם און צענטער פון תורה עבודה וגמילות חסדים פאר די גאנצע שטאט.


ווי נאר די בשורה טובה האט דערגרייכט די אויערן פונעם ציבור תלמידי וחסידי סאטמאר תושבי העיר, האט דאס אריינגעבלאזן טללי התרגשות און פריידיגע ערווארטונג, בשעת עס זענען איינגעשפאנט געווארן העפטיגע רינגען פון עסקנות וואס ארבעטן שוין פיבערהאפטיג אנצוגרייטן אלע דעטאלן פון דעם שבת נשגב וואס אנטשפרעכט צו זיין א יום שבתון אין לשכוח.



Comments


bottom of page