דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
נעכטן מיטוואך איז אין א מזלדיגע שעה געשלאסן געווארן די הערליכע רעבישע שידוך פון החתן ינגעסטע זון פון הגה"צ ר' נפתלי אלימלך לייזער שליט"א אבד"ק פשעווארסק לאנדאן, בנו הגדול פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, איידעם ביי הגה"צ ר' שרגא פייוויש שנעבאלג זצ"ל בעל שרגא המאיר, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"ג ר' שלמה זלמן וואזנער שליט"א, זון פון כ"ק אדמו"ר משבט הלוי וגאב"ד זכרון מאיר שליט"א, און איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א.
די שמחת הווארט איז פארגעקומען נעכטן נאכט בביתו נאווה קודש פונעם זיידן די בוהושער רבי שליט''א אין בני ברק.
Comments