top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הנה מלכך בא: חסידי באיאן אין מאנטשעסטער וועלן געניסן פון ביקור קודש דורך האד' מבאיאן

דאנערשטאג פ' שלח • כ"א סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

מיט גרויס פרייד נעמען חסידי באיאן אין מאנטשעסטער אויף די בשורה מרנינה איבער'ן בליץ-באזוך וואס כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א וועט אפרעכטן אין שטאט, אין די ראמען פון די געהויבענע ימי הביקור אין ענגלאנד, וואס דער רבי נעמט אונטער דעם קומענדיגן פרשת בלק, לרגל די חתונה הגדולה פון אן אייניקל, ווי ברייט באריכטעט.


לויט די באשטעטיגטע פלענער וועלן דער רבי זיך ארויסלאזן קיין מאנטשעסטער נאכ'ן סיום שבעת ימי המשתה אין לאנדאן, צו באשיינען די גראנדיעזע חגיגה "חנוכת הבית" פונעם נייעם "טשארטקובער קלויז" אין שטאט מאנטשעסטער, וואס בויט זיך די לעצטערע יארן דורך די מתפללי ביהמ"ד, ובראשם הרבני הנגיד ר' יהושע עוזר האלפערין מחשובי חסידי באיאן.


דער טשארטקובער קלויז אין מאנטשעסטער דינט אלס תל תלפיות פאר פילע חסידים ואנשי מעשה פון די ריזשניער חצירות, ווי באיאן, סאדיגורא, בוהוש, און שטייט אונטער'ן נשיאות פונעם רב הקהלה הרה"צ רבי ישראל פריעדמאן שליט"א נין ונכד צו צדיקי בית טשארטקוב.


אצינד ווען דער נייער קלויז איז ערגענצט געווארן כליל בהדרה, וועט מען זוכה זיין מקבל צו זיין פני קדשו פונעם באיאנער רבי'ן שליט"א וואס וועט קומען ספעציעל צו פארן מפאר צו זיין על ראש החגיגה, וואס וועט זיין קאמבינירט מיט א מעמד הכנסת ספר תורה.


דער רבי וועט וויילן אין שטאט במשך צוויי טעג, און דערנאך זיך ארויסלאזן צום דערנעבנדיגן קור-שטאט חאלאדודנא אויף אפרו אויף משך צוויי וואכן, און זיך דערנאך אהיימקערן למעון קדשו בירושלים עיה"ק.


•••

ביים באזוך פון האד' מבאיאן אינעם נייעם טשארטקובער קלויז בעת די מלאכת הבנייה.


bottom of page