מאנטאג פ' כי תבוא • י"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט אן אומבאשרייבליכע שמחה און התרוממות הנפש האבן אלפי חסידי באבוב דעם דינסטאג נאכט מיטגעהאלטן די גרויסע רעבישע חתונה בשמחת בית צדיקים די חתונה פון החתן א אייניקל ביי מורם ורבם כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט''א ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הרב שלמה הלברשטאם בנו בכורו פון הרה''צ ר' דוד הלברשטאם שליט''א איידעם ביי הרה''צ ר' לייבוש הורוויץ שליט'א בנו יחידו פון כק אדמור הישיש מסטריזוב שליט''א - א פעטער פונעם באבובער רב, וחתן הרה''צ הישיש ר' ירמי' טייטלבוים שליט"א מאוהעל מיט די כלה א טאכטער פון הרה''ג ר' אלטר ברוך וויעדער בן הגה''צ גאב''ד לינז שליט''א וחתן הרה''צ ר' דוד רובין שליט"א מדאמבראווא.
די גרויסע חתונה איז פארגעקומען אין ביהמ''ד הגדול באבוב אין בארא פארק וואס איז איינגערישט געווארן מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון ביידע זייטן צו קענען אקאמאדירן די ריזן ציבור. צוליב די ריבוי העם קע"ה איז אויך אויפגעשטעלט געווארן הויעך שטאקיגע פארענטשעס אויף די גאלעריען אויפן צווייטן שטאק פון ביהמ"ד מיוחד פאר די טויזענטע ילדי החסידות צו קענען מיטהאלטן די גאנצע חתונה.
אין די נאכמיטאג שעות האבן די בחורי המתיבתא באגלייט די חתן פון זיין שטוב צום ביהמ''ד הגדול בשירה וזמרה. בערך 6:30 איז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א ערשינען אין ביהמ''ד צום מעמד הקבלת פנים און די קאפעליע פון די בחורי המתיבתא האבן פארגעזינגען די ניגוני התעוררות לבית באבוב פאר א לענגערע צייט. איינער פון די תלמידי המתיבא האט פארגעזינגען הארציגע גראמען לעורר הלבבות און דער רב האט מפריש געוועהן א סכום הגון לטובת צדקת רמבהע''נ כולל חיבת ירושלים פאר'ן מנהל הכולל הרה''צ ר בעריש רובין מדאמבראווא, און דערנאך מסדר געווען די כתובה. דער רב האט ממנה געווען די עדים הרבני הנגיד ר אברהם אהרן לעזער און הרבני הנגיד ר' חיים מייזעלס. ביים קבלת פנים און די סעודת החתונה האט זיך משתתף געוועהן די געהויבענע עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מבית חיים יהושע שליט"א.
די חופה איז פארגעקומען ברחובה של עיר במעמד קהל רב אויפן באדן פון די גרויסע פארקינג לאט ביים ביהמ''ד הגדול, מיט באזונדערע פארענטשעס מיוחד פאר די קינדער. מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די געהויבענע זיידע כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, קריאת הכתובה די עלטער זיידע הרה''צ ר' ירמי טייטלבוים שליט"א, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישען די זיידעס גאב"ד לינז, הרהצ ר' לייבוש הורוויץ, הרה''צ ר' דוד רובין און די פעטער פון ארץ ישראל אבד''ק קרית באבוב, ברכה אחריתה די עלטער זיידע האדמו"ר מסטריזוב. נאכן חופה האט די רב געוואונטשן ברכת קדשו פארן ציבור, און בתוך הדברים דערמאנט אחינו כל בית ישראל פון ארץ ישראל וואס קוקן ארויס אויף א באזונדערע ישועה יעצט אין די שעת מלחמה.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת החתונה אין די זאלן פון עטרת גאלדא ווי א גרויסע ציבור האט זיך געוואשן לכבוד די גרויסע שמחה. לקול תרועת השמחה האט מען מקבל געווען כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א וואס איז ערשינען אין זאל און זיך געוואשן צום סעודת החתונה. די רב שליט"א איז ארויס אין א פייערליכע ריקוד מיט הטפסר המרומם ר' ישראל אלכסנדר ענגלענדער און דערנאך מיט אלע מחותנים און זיידעס. דאן האט דער רב שליט"א מכבד געווען כ"ק אדמו"ר מצאנז זוויעהל שליט"א צו טאנצען מיטן חתן. ביים סעודה האט זיך אויך אנגעזעהן מחותנו הגאון החסיד הישיש ר' לייבל סטעמפל שליט"א פון לאנדאן נכד הקדושת ציון מבאבוב.
בשעה 10:00 איז די חתן ערשינען אין ביהמ"ד ווי מען האט זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין של שמחה לכבוד שמחת חתן. א קורצע צייט דערויף איז דער רב שליט''א ערשינען אין ביהמ"ד וואס איז געווען פיל געפאקט עד אפס מקום מיט פילע טויזענטער חסידים. באלד ביים ערשיינען אין ביהמ"ד האט זיך די רב שליט"א באגריסט מיט די געהויבענע גאסט ידידו ורעו כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס איז געקומען מיטהאלטן די שמחה מלובש בבגדי שבת. די רב שליט"א איז ארויס אין א דערהויבענע ריקוד מיטן דושינסקיא רבי און אים מכבד געווען צו טאנצן מיטן חתן. דערנאך האט די רב געבעטן די מייק און געזאגט אז ער האט הנאה אז ער האט באגעגענט דעם דושינסקיא רבי'ן פון ירושלים זייענדיג דערביי מקיים דעם 'אעלה את ירושלים על ראש שמחתינו', און דאן געהייסן מ'זאל זינגען דעם סקולענער ניגון 'נא הקם מלכות דוד ושלמה' וינועו אמת הסופים. דורכאויס די סעודת החתונה האט זיך די רב עטליכע מאל אויפגעשטעלט טאנצן און מעודד געווען די ריקודין בכל כוחו.
מיטן בענטשן איז מכובד געווארן דומ"צ באבוב מיט די ברכות זענען נתכבד געווארן די קרובי המשפחה, ברכה אחריתא הגה"צ ראש ישיבת באבוב, דערנאך איז פארגעקומען די קאזאקן מארש כנהוג. בדחנא דמלכה הרב זושא מאנדלבוים האט אויפגערופן די רב שליט"א צו מצוה טאנץ און אריינגעשלעפט די גאנצע ציבור אין גרויס התעוררות, דערמאנענדיג דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר בעל דברי שלמה מבאבוב זי"ע און די גרויסע זכות אבות. דאן האט דער רב האט געוואונטשן רירנדע ברכות קודש, מיט בכיות.
די רב שליט''א האט אפגעראכטן די הייליגע ריקודין בשלהבת אש כדרכו, וינועו אמת הספים. דערנאך האט די רב געטאנצן מיט די שוואגערס חתני דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר בעל דברי שלמה זצ"ל און די קינדער פון חותן המלך הרה''ח המרומם ר' משה וואקסמאן ז"ל. דאן איז דער רב ארויס און א ריקוד מיט די משפחת המלוכה די קינדער און אייניקלעך. דערנאך האבן געטאנצען די איבריגע זיידעס און מחותנים און די רב האט געטאנצן מיט אלע זיידעס באזונדער. נאך מצוה טאנץ פון חתן כלה האט מען געטאנצן די געהויבענע אין כאלוקינו ריקוד כנהוג און די רב האט אנגעוואונטשן די כלה און פאר אלע עסקני השמחה. עס איז שוין געוועהן דריי אזייגער באנאכט ווען מ'האט אהיימבאגלייט די רב בשירה וזמרה נאכן שמחה.
Comments