זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס צער און טרויער איז אויפגענימען געווארן די בשורה איבער די פטירה בשיבה טובה פון הרבנית הצדיקת ממעלבארן, מרת אלטא חי' שרה יהודית אשכנזי ע"ה, אלמנת כ"ק הגה"צ המפורסם רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל גאב"ד מעלבארן וועלכער איז דעם שבת נפטר געווארן אין טיפן עלטער פון הונדערט און דריי יאהר.
די לוי' גייט ארויס היינט בשעה 9:00 צופרי פון ביהמ"ד טארטיקוב ביי 52 - 19 אין בארא פארק, פון דארט וועט מען פירן די מיטה קיין ארץ ישראל ווי די נפטרת וועט קומען לקבורה נעבן איר גרויסן מאן אויפן הר הזיתים.
די רעבעצין ע"ה איז געבוירן אין ירושלים צו איר פאטער הגה"צ רבי יקותיאל זלמן יום טוב ליפא וועבער זצ"ל מיקירי קרתא דשופריא, א זון פון הגה"צ רבי דוד וועבער זצ"ל אב"ד אדא און איידעם פון הגה"צ רבי יצחק וועליטשקער זצ"ל מסטאניסלאוו, ציענדיג א הערליכע יחוס למעלה בקודש צו צדיקי בית אלעסק, בעלזא, טאלשטשאווא, ארי' דבי עילאי, ישמח משה, און נאך פילע צדיקים וקדושי עליון.
בהגיע לפרקה האט די רעבעצין חתונה געהאט צו איר גרויסן מאן הגה"צ רבי אלימלך אשכנזי זצ"ל גאב"ד מעבלארן וואס איז געוועהן א זון פון איר פעטער הגה"צ רבי אלכסנדר חיים אשכנזי זצ"ל - א ברודער מיט איר מוטער הרבנית ע"ה.
די ערשטע תקופה נאך די חתונה האבן זיי געוואוינט אין ירושלים, און שפעטער אין יאהר תשי"ח ווען דער רב זצ"ל איז גערופן געווארן צו דינען אלס גאב"ד התאחדות קהילות החרדים אין סאו פאולו, האבן זיי זיך באזעצט בראזיל, שפעטער בשנת תש"ל האבן זייי זיך אריבערגעצויגן קיין אוסטראליע ווי איר גרויסע מאן איז אויפגענימען געווארן אלס רב פון קהל עדת ישראל אין מעלבארן.
אין יאהר תשמ"ז האבן זיי זיך געצויגן קיין אמעריקא און זיך באזעצט אין סיגעיט ווי דער מעלבארנער רב האט אויפגעשטעלט זיין ביהמ"ד 'חוות דעת'. און די לעצטע 12 יאר, זינט די הסתלקות לשמי מרום פון איר גרויסן מאן, האט די רעבעצען ווייטער מיטגעהאלטן דעם המשכת שלשלת הקודש זעענדיג אירע געהויבענע קינדער תלמידי חכמים ובני עלי' וואס זענען משמש ברבנות ואדמורו"ת. בחייה האט די רעבעצען ליידער פארלוירן דריי פון אירע קינדער, איר עלטסטע זון כ"ק אדמו"ר מאלעסק זצ"ל, איר זון הגה"צ המפורסם רבי זלמן אשכנזי זצ"ל מייסד ארגון הצדקה 'משמחי לב', און איר טאכטער הרבנית קרעמער ע"ה.
זכתה לראות עולמיה בחייה איבערלאזנדיג הונדערטער אייניקלעך און איר אייניקלעך, שלשים וגם רבעים, אדמורי"ם ורבנים, דיינים ומורי הוראה: יבלחט"א אירע זון הגה"צ רבי אשר אנשיל אשכנזי אב"ד חוות דעת, הגה"צ רבי העניך אשכנזי אדמו"ר מהארדענקא, הגה"צ רבי שלום אהרן אשכנזי ראש ישיבת נדבורנא בני ברק, און הגה"צ רבי יהושע אשכנזי ראש כולל רב אחא אין ירושלים. די איידעמער הגה"צ רבח מאיר אברהם אילאוויטש גאב"ד קהילות החרדים סאו פאולו בראזיל, און הגה"צ רבי יחיאל באב"ד אבד"ק טארטיקוב.
צווישן די אייניקלעך ציילן זיך האחים האדמורי"ם והרבנים לבית אלעסק, און כ"ק אדמו"ר מסקולען לעיקוואד שליט"א.
די רעבעצען ע"ה האט זוכה געוועהן זיך משדך צו זיין מיט גאר אסאך מגדולי האדמורי"ם בארץ ובגולה, צווישן זיי האחים האדמורי"ם מסאטמאר, האדמורי"ם מוויז'ניץ, סקווירא, באבוב-45, פאפא, סקולען, פשעווארסק, תולדות אהרן, טאהש, קאלוב, ראחמסטריווקא לעיקוואד, ראחמסטריווקא מאנסי, קרעטשניף ירושלים, נדבורנא ירושלים, סאסוב, גאלאנטא, סקאליע און נאך פיל.
שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
Comments