פרייטאג פ' בהעלותך • ט"ו סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
א פלייץ פון שמחה וחדוה דקדושה נעמט ארום טשערנאבילער חסידים בארצות אייראפע זיך גרייטנדיג מיטצולעבן געהויבענער טעג בצל קדשו פונעם רועה נאמן כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א וועלכע וועט די קומענדיגער וואך אפפליען אויף א א קורצע באזוך צום שטאט מאנטשעסטער אין ענגלאנד וואו די רבי שליט"א וועט לייגן דעם אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד דחסידי טשערנאביל אין שטאט.
די רבי שליט"א וועט פארלאזן ארצינו הקדושה דעם קומענדיגן זונטאג קרח אויפן וועג קיין בריסל - בעלגיע וואו די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן עטליכע טעג לצרכי רפואה, דינסטאג נאכמיטאג וועט זיך די רבי ארויסלאזן מיט א פריוואטער פליגער פונעם לופטפעלד אין אנטווערפען אויפן וועג קיין מאנטשעסטער אויף א צוויי טאגיגן באזוך בקרב עדת צאן מרעיתו לרגל די שמחת הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד.
נישט לאנג צוריק איז די טשערנאבילער קהילה אריין אין קאנטראקט אויף דעם בנין אויף די ברום לעין גאס אין מאנטשעסטער, וואס איז צענדליגער יאהרן געווען די וואוינארט פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי מנחם מענדיל שנעבאלג זצ"ל גאב"ד מאנטשעסטער, אצינד האט די רבי שליט"א אנגענימען די הזמנה פון די ראשי וגבאי הקהילה צו קומען באשיינען די מעמד הנחת אבן הפינה וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אויפן שטח הבניה מיט די השתתפות פון פילע חסידים פון אלע שטעט אריינגערעכנט מאנטשעסטער, לאנדאן, אנטווערפען.
בעת דעם רבינס באזוך אין שטאט איז געפלאנט א רייע מסיבות און באנקעטן בבתי נדיבים בעם אויפצוטרייבן די נויטיגע פאנדן לטובת די קרן הבנין פארן נייעם בית מקדש מעט. מיטוואך אינדערפרי וועט די רבי שליט"א ארויספארן צום היטרו לופטפעלד אין לאנדאן וואו די חסידים תושבי לאנדאן וועלן האבן די געלעגנהייט ארויסצוקומען לקבל פני קדשו פון רבי'ן שליט"א אויפן וועג צוריק אהיים קיין ארץ הקודש.
Comentários