דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ה ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
א רעקארד הויכע נומער פון אידן האבן דאס יאר מיטגעהאלטן די יום טוב פסח אינעם ווייטן מאסקאווע רוסלאנד, אין א מאסיווע אפעראציע איז אונטרעגענימען געווארן דורך די הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א צו אראנזשירן הונדערטער אפענע פסח סדרים, און א צענטראלער סדר נאכט פאר סיי וועלעכע איד, כל דכפין ייתי ויכול, און צוגאב צו נאך פולע סדרים אין הונדערטער אידישע קהילות ארום גאנץ רוסלאנד צוגעשטעלט דורך דורך די צענטראלע אידישע קהילה.
אין די בית הכנסת המרכזי "מארינה רושצה" אין מאסקאווע זעלבסט איז פארגעקומען עטליכע פול געפאקטע סדרים, אזוי אויך איז אין די הויפטשטאט פארגעקומען נאך פולע סדרים אין פארשידענע בתי חב"ד און בניני המסודות, די הערליכע סדרים זענען געפראוועט געווארן מיטן פולען פראכט און מיט א רוהיגע געוויסן מיט די ספעציעלע פארמערטע זיכערהייט וואס מען האט געשטעלט היי יאר.
אין די טעג און וואכן בעפאר יו"ט איז פארגעקומען מאסיווע אפעראציעס לענגאויס אלע שטעט און שטעטלעך מיט אידישע איינוואוינער ארום גאנץ רוסלאנד צו ערמעגליכן די הונדערטער טויזענטער רוסישע אידן זיך צו גרייטן צו אפרעכטן די יו"ט ככל משפטו וחוקתו, מיט א ברייטקייט בגשמיות און א קלארקייט ברוחניות, ספעציעלע ספרי קודש און הגדה של פסח איז געדרוקט און ארויסגעגעבן געווארן אינאיינעם מיט פולע פעק פון געברויכן פאר יו"ט.
דאס איז אין צוגאב צו די גרויסארטיגע "קמחא דפסחא" פראיעקט וואס קומט פאר יעדע יאר אין די אידישע חסד צענטער "שערי צדק" אין צענטער פון מאסקעווע, און איז היי יאר פארגעקומען ביתר שאת אויף א גרעסערע פארנעם ווי די פריעדיגע יארן, אונטער די פירערשאפט פון די הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א וואס איז פערזענדליך אראפגעקומען צו די צענטער צו מפקח זיין און עומד זיין על המלאכה פון די גרויסארטיגע חלוקה.
היי יאר איז פארטיילט געווארן פאר מער פאמיליעס פון נצרכים, עס איז פארטיילט געווארן מער און העכערע קוואליטעט פראדוקטן, עס איז פארטיילט געווארן אויף א גאר מכובדיגע אופן און די אידן האבן אהיימגענומען בדרך כבוד פאר זייערע פאמיליעס וועגענער פול מכל טוב וטוב.
קורץ בעפאר די מעמד מכירת חמץ, ערב יו"ט איז אזויווי יאר יערליך אנגעקומען צו די הויפט רב פון רוסלאנד הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א די יערליכע וואונטש בריוו צו די בעפארשטייענדע יו"ט געשיקט דורך די רוסישע פרעזידענט יר"ה.
Comentários