זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
דעם חול המועד פסח איז הגאון הצדיק רבי יהושע דוד טורצין שליט"א מנהיג קהילת הפרושים אנגעקומען צום עיר התורה והחסידות בני ברק וואו דער רב שליט"א האט איבערגעגעבן א שיעור בהכלה ואגדה אין ביהמ"ד הגדול בוהוש. הונדערטער תשובי העיר דאראונטער פולע לומדים און תלמידי חכמים האבן איבערגעפילט דעם ביהמ"ד לשמוע את דבר השם.
ביים אנקומען האט כ"ק האדמו"ר מבוהוש שליט"א מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט, די רבי שליט"א האט אויך מיטגעהאלטן דעם שיעור אין ביהמ"ד. נאכן שיעור איז דער רב שליט"א ארויף אויף א באזוך בביתו נאווה קודש פונעם רבי'ן שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס מעניני חג הפסח.
Comments