top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מזוועהיל פראוועט ערשטמאליגע שבת אין בני ברק לרגל הילולא קדישא פון זקינו הרה"ק רבי שלמה'קע מזוועהיל זי"ע‎

זונטאג פ' במדבר • כ"ה אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: שוקי לרר


די וואך שבת (פ' בחוקותי) האט כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א אפגעראכטן אן ערשטמאליגער שבת אין שטאט בני ברק נאכ'ן איבערנעמען די כתר הנהגה מיט כמעט צוויי יאר צוריק.


דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע תקופה האט פרעכטיג אויפגעבליט די זוועהילע קהלה אין בני ברק, ווען דער רבי שליט"א האט מייסד געווען דעם נייעם ביהמ"ד "אהל שלמה" לשמו ולזכרו פונעם טאטן דער רבי ז"ל, אויף רחוב רבי מאיר אין די רמת אהרן געגנט אין בני ברק, וואו דער ציבור נעמט זיך צאם מדי שבת בשבתו מיט די תפלות און שבת אחים, אונטער די געהויבענע השפעה פונעם רבי'נס איינציגער ברודער הרה"צ רבי יעקב לייב גאלדמאן, וועלכער דינט אלס רב הביהמ"ד.


שוין א לענגערע צייט האט דער ציבור ארויסגעקוקט לחסות בצל הקודש אויף א שבת בקרב הקהלה אין בני ברק, און אצינד איז דער רבי נעתר געווארן לבקשתם און האט אפגעראכטן דעם פארלאפנעם שב"ק פר' בחוקתי מברכים סיון.


די תפילות אין לויף פון שבת האט מען געדאווענט אינעם היכל ביהמ"ד אהל שלמה, און די טישן זענען געפראוועט געווארן אינעם היכל ישיבה קטנה מאזשיץ אויף רחוב שמעון הצדיק, אינעם געגנט, וואס איז געווארן ספעציעל ארויסגעדינגען אויף דעם שבת, וואו פילע תושבי העיר האבן זיך געקלאמערט ביי די לעכטיגע תפלות און טישן וואס דער רבי האט געפראוועט אויף א ברידערליכן פארנעם אינאיינעם בשבת אחים גם יחד, מיט'ן ברודער הגה"צ רב הביהמ"ד שליט"א.


שבת אינדערפרע האט זיך די רבי שליט"א משתתף געוועהן ביים מיטאג טיש פון מחותנו כ"ק אדמו"ר מטשערנאביל שליט"א בביתו נאווה קודש, די טשערנאבילער רבי האט מכבד געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיטן בענטשן און נאכן סעודה ארויסבאגלייט דעם גאסט לרחובה של עיר.


























Comments


bottom of page