top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סאטמארער חסידים אין ארץ ישראל אויפגענומען חשוב'ע דעלעגאציע שלוחי הקודש פון כ"ק האד' מסאטמאר שליט"א‎

דאנערשטאג פ' מצורע • י' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


סאטמארער חסידים אין ארץ ישראל האבן פאריגע וואך מיטגעהאלטן דעם געהויבענעם באזוך פון די שלוחי הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, די וועלט בארימטע פילאנטראפן בונים ומקימים עולמות של תורה וחסד, הלא המה הנגידים ר' עקיבא הערש קליין, ר' אברהם בראך, ר' אברהם יהושע גלאנץ, ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש, און ר' חיים הערש אבערלענדער, וועלכע זענען געקומען צו פארן בשליחות הקודש פון רבי'ן שליט"א, צו מחזק זיין די הייליגע קהילה און מוסדות הק' אין ירושלים, בני ברק און אין בית שמש, און אויספירן רצון קדשו צו מרחיב זיין די גבולי הקדושה איבער גאנץ ארץ ישראל, לשם ולתפארה.


אין לויף פון די ערשטע טעג האבן זיי באזוכט אין בני ברק און אין בית שמש, אריינגערעכנט באזוכן אין די מוסדות התורה און א מעמד קבלת פנים דורך די ילדי התלמוד תורה אין בני ברק, אזוי אויך זענען פארגעקומען נאכאנאנדע מיטינגען איבער די לעצטע פאזעס צו פארענדיגן דעם ריזיגן מולטי מיליאן דאלארדיגן פראיעקט פון די מיידל שולע "בנות ארץ ישראל בית פיגא" דסאטמאר אין בני ברק.


דינסטאג איז די חשובע דעלעגאציע אנגעקומען קיין ירושלים עיה"ק, און געדאווענט שחרית אין צייטווייליגן בית המדרש ברך משה דסאטמאר אין שטאט, וואס איז סטאנציאנירט אין די חברונער ישיבה געביידע, נאכגעפאלגט מיט א רייכע פת שחרית וואו עס איז אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות והקהילה אויסגעשמועסט געווארן אלע פלענער און דעטאלן איבער די פאקטישע אונטערנעמונג וואס מ'פאנגט יעצט אן מיט'ן אויפבויען דעם ריזיגן ניין שטאקיגע געביידע פאר'ן בית המדרש הגדול "ברך משה אין ירושלים עיה"ק, בנדבת לבם פון די נגידים החשובים וועלכע האבן גענימען אויף זיך אויפצובויען דעם בית גדול לה' ולתורתו.


 אצינד ווען מען האט שוין אראפגעווארפן דעם ביהמ"ד, די בניני המוסדות און די ארומיגע באדענס זענען שוין צוגעגרייט געווארן צו קענען אנפאנגען צו בויען דעם בית הגדול והקדוש, איז די חשובע דעלעגאציע אנגעקומען קיין ארץ ישראל צו זיצן אינאייעם מיט די עסקנים פון די קהילה אין ירושלים, און אין די זעלבע צייט צו זיצן מיט די שטאטראט אדורכצופירן אלע גראנדיעזע פלענער, א באזונדערע זיצונג מיט די בוי ארכיטעקטן און אינזשענירן, און דערנאך מיט די שטאטישע אינסטאנצן, ווען מיט גרויס פרייד האט מען שוין ב"ה ערהאלטן די פערמיטס און מ'וועט זיך באלד קענען נעמען צום אנפאנג פונעם ריזיגן בוי פראיעקט, שנעלער ווי געראכטן, מיט גרויס סייעתא דשמיא.


אין לויף פונעם באזוך זענען די חשובע געסט שלוחי הקודש אויך אריבער צום איצטיגן בנין תלמוד תורה יטב לב דסאטמאר וואו זיי האבן פארהערט די קינדער די תינוקות של בית רבן אויף די לימודים, דאן איז מען אינאיינעם אריין אינעם היכל ביהמ"ד הגדול וואו עס איז פארגעקומען א שיינער מסיבת "קבלת פנים" לכבוד די חשובע דעלעגאציע. עס האבן אויפגעטראטן דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' ישכר יאקאב שליט"א וועלכער האט מקבל פנים געווען די שלוחי הקודש, און צום לעצט האט אויפגעטראטן מיט ווארימע ווערטער דער חשובע גאסט הרבני הנגיד מו"ה אברהם יהושע גלאנץ הי"ו.


אזוי אויך איז די חשוב'ע דעלעגאציע אנגעקומען אויף א באזוך אין היכל הישיבה קטנה יטב לב ד'סַאטמַאר אין ירושלים עיה"ק, און דערמיט האט זיך געשלאסן דער קורצער און גייסטרייכער באזוך פון די שלוחי הקודש פונעם סאטאמארע רבי'ן שליט"א אין ירושלים עיה"ק.

























Comments


bottom of page