top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אייגנארטיגע מעמד אמירת תפילת השל"ה בביתו נאווה קודש פון האד' מוויז'ניץ געווידמעט פאר נדיבים בעם

דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר


א געהויבענער מעמד התפילה איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך בשעת רחמים ועת רצון אין טאג פון ערב ראש חודש סיוון בביתו נאווה קודש פון מרן אדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א אין בני ברק אינאיינעם מיט א געקליבענער צאל נדיבים בעם וועלכע זענען אנגעשלאסן מיט חודש'ליכע סכומים לטובת די מפעל 'ועלו נושעים' וועלכע טוט זיך אפגעבן מיט אלע סארט בחורים, יעדער לויט זיין דרגא, און באזונדער אזעלכע בחורים וואס נויטיגן זיך אין הילף צו קענען אויסשטייגן צו זייער מאקסימום הצלחה.


מען האט געהערט עטליכע דרשות פון די ראשי הארגון וועלכע האבן איבערגעגעבן א טיפערע אריינבליק אין די פעולות נשגבות פון דעם חשובן ארגאניזאציע, און נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות האט מען געזאגט דער תפילת השל''ה "תפילת אבות על בנים" מיט גרויס התעוררות. די רבי שליט"א האט דערנאך משמיע געוועהן קורצע דברות קודש איבער די מטרה פון דעם מפעל און איבערגעגעבן ברכת קדשו פאר אלע משתתפים מען זאל האבן אויסגעבעטן אלס גוט'ס און זעהן נחת פון די קינדער. נאכן מעמד זענען די נדיבים דורך מיט קוויטלעך אין דעם זמן המסוגל און די רבי האט פארטיילט א מהודר'דיגע מזוזה האלטער אלס א מזכרת פאר אלע נדיבים.


























Comments


bottom of page