דינסטאג פ' האזינו • כ"ח אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילד קרעדיט: א. אייזנבאך
פארלאפענע וואך איז געמאלדן געווארן פון חצר הקודש שענדישוב, אז כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א וועט דאס יאר פראווען צום ערשטן מאל די הייליגע טעג פון ראש השנה און יום הקדוש בעיר התורה והחסידות מאנסי, צו די אויסטערלישע פרייד פון חסידיו ומעריציו תושבי העיר.
ווי באוואוסט האט דער שענדישובער רבי א שטארקן קשר מיט די שטאט מאנסי וואס איז קרוב ללבו שוין אסאך יארן, און אין די פארלאפענע צוואנציג יאר האט דער רבי באזוכט און געפראוועט אין שטאט ביי מערערע געלעגנהייטן ומאורעות ויומי דפגרא, ספעציעל די לעצטע צען יאר וואס די מאנסי האט די זכי' אז עלי יניח צדיק את ראשי ווען דער רבי שליט"א וויילט דא אויף די זומער חדשים און איז משפיע מהודו אויף די גאנצן שטאט.
פארלאפענעם יאר איז נתחדש געווארן דער נייער ביהמ"ד דחסידי שענדישוב אויף גראוו סט. אין מאנסי, וואו אנגעהויבן פון פארלאפענעם א' סליחות נאכ'ן גענצליך פארענדיגן דעם היכל הביהמ"ד איז עס געווען פיל מיט חסידים ואנשי מעשה וועלכע קומען זיך ווארימער ביים שענדישובער פלאם, און וועט זיין א מגדל אור פאר תורה וחסידות אין שטאט מאנסי.
דער רבי שליט"א וועט אי"ה פראווען די געהויבענע תפילות און טישן במשך ראש השנה ושבת שובה און יום הקדוש אינעם נייעם היכל הביהמ"ד, און אין די יעצטיגע טעג גייען אן די העפטיגע הכנות פאר'ן געהויבענעם באזוך פון רבי'ן אין שטאט, צווישן אנדערע זענען אויפגעשטעלט געווארן 2 שאטערס נעבן ביהמ"ד צו פארברייטערן דאס פלאץ פאר די פילע געסט און פאר די סעודות יו"ט ושב"ק.
Comments