top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות דקדושה צווישן אלפי חסידי סקווירא צום פתיחת שערים פון נייעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא

דאנערשטאג פ' נצבים - וילך • כ"ג אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש\

בילדער קרעדיט: ניסן ב., אין י. שטיין

 

רבבות אלפי חסידי סקווירא בכל קצוי תבל און די פילע טויזענטער תושבי שיכון סקווירא בפרט, זענען אין די טעג איינגעהילט אין א התרגשות של שמחה וקדושה ווי קיינמאל בעפאר, זיך גרייטנדיג מיט גרויס עקסטאז צום גרויסארטיגן מאמענט וואס וועט פארשריבן ווערן מיט גאלדענע אותיות בדברי ימי סקווירא על אדמת אמעריקע, דער באנייאונג פונעם ריזן גיגאנטישן היכל ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא אויפ'ן קומענדיגן ירח האיתנים הבא עלינו לטובה, אנגעהויבן פון דעם מוצאי שב"ק ליל א' דסליחות, במעמד אלפי חסידי סקווירא וועלכע קומען צו פארן מרחוק ומקרוב מיטצוהאלטן די הייליגע תפלות א' סליחות בצל הקודש פונעם רעיא מהימנא ומנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.


ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט האט מען אין די לעצטערע יארן אנגעהויבן בויען דעם נייעם ריזן היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, נאכדעם וואס דער יעצטיגער ביהמ"ד איז צר מהכיל אריינצונעמען די פילע מתפללים מדי שבת בשבתו, און ווער רעדט נאך אין די ימים טובים ווען אומצאליגע געסט מכל קצוי תבל קומען צו פארן קיין קרית מלך רב שיכון סקווירא להסתופף בצל הקודש, און דעריבער האט מען זיך אריינגעלייגט אין דעם מאסיוון פראיעקט להרחיב גבולי הקדושה אויפצובויען דעם ריזן נייעם בנין הביהמ"ד הגדול.


אין די לעצטע פָּאר וואכן האט דער רבי שליט"א אויסגעדרוקט רצון קדשו פאר די עסקני הבנין אז מען זאל זעהן צו טוהן וואס מעגליך אז מען זאל קענען דאווענען אינעם נייעם ריזיגן היכל הביהמ"ד שוין אויף דעם קומענדיגן א' סליחות, ווען עס קומען זיך צונויף שווערע טויזענטער אידן מיטצוהאלטן די ערשטע סליחות ביים רבי'ן און דער יעצטיגער היכל הביהמ"ד קען נישט אקאמאדירן אזא ריזיגן ציבור בליעה"ר, די געטרייע עסקנים וואס אין די לעצטע תקופה יומם ולילה לא ישבותו למען בנין הביהמ"ד האבן זיך פונדאסניי אריינגעלייגט ראשם ורובם צו שאפן די נויטיגע סכומים אדירים צו פארענדיגן די בוי ארבייט, און אין די זעלבע צייט אנגעגארטלט די צענדליגער ארבייטער צו ארבעטן רונדע דעם זייגער, כדי אז מען זאל קענען אהערשטעלן דעם נייעם היכל הגדול גרייט פאר'ן ציבור אויף א' סליחות, און מיט גרויס סייעתא דשמיא און זכות אבות האט מען ב"ה באוויזן לעשות רצון צדיק און צורישן דעם ביהמ"ד הגדול אז ס'זאל זיין גרייט אויפ'ן באנוץ פאר דעם מוצאי שב"ק א' דסליחות, און הגם דער בנין איז נאכנישט פולקאם פארטיג, האט מען אבער באוויזן אויסצורישן דעם גיגאנטישן היכל מיט אלע גאלעריען פאר אנשים נשים וטף, וואס אינאיינעם טוט דאס אקאמאדירן 10 טויזענט זיץ פלעצער.


אין די זעלבע צייט האט דער רבי שליט"א אויך געבעטן די עסקנים צו ענדיגן ווי פריער די ארבייט אויפ'ן אונטערשטן שטאק וואו מען שטעלט אהער די פילע 'דאווען-שטיבער' פאר די צענדליגער מנינים שחרית בימות החול, וואס די יעצטיגע דאווען-שטיבער זענען שוין ב"ה אויסגעוואקסן דעם ריזיגן ציבור בליעה"ר תושבי השיכון וועלכע דאווענען טאג טעגליך אין ביהמ"ד הגדול, און די עסקנים האבן באוויזן ב"ה צו פארענדיגן די ארבייט פון 7 ברייטע דאווען-שטיבער פאר מנינים בימות החול, און אלע אנדערע זייטיגע איינריכטונגען פאר'ן ציבור ווי די קאווע צימער, בתי כבוד, מאנטל צימער, און ברייטע האלוועיס וכדו', אין צוגאב צו די ריזיגע נייע מקוה וואס איז באנייט געווארן פארלאפענעם יאר בימי הסליחות תשפ"ג.


דער היסטארישער מאמענט פון באנייען דעם נייעם ריזיגן היכל ביהמ"ד הגדול וועט געפייערט ווערן מיט א 'מעמד פתיחת ההיכל' ברוב עם דעם קומענדיגען מוצאי שב"ק בעפאר סליחות בראשות דעם רבי'ן שליט"א, און אלס הכנה צו די געהויבענע מאמענטן וועט דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים זיך צוזאמקומען בשעה 11:30 אינעם נייעם היכל אויף א סדר הלימוד ברבים במשך א שעה צייט, וואו מען וועט בהוראת הקודש פון רבי'ן שליט"א אויך לערנען אין ספה"ק מאור עינים כדי מעורר צו זיין זכות אבות פאר די הצלחה פונעם נייעם ביהמ"ד.


בשעה 12:30 בחצות הלילה וועט זיין דער געהויבענער מאמענט פון מלך בְּיָפְיוֹ תחזינה עינינו, ווען מען וועט זוכה זיין אז יבוא דודי לגני דער מנהיג העדה הקדושה כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א וועט ערשיינען אינעם ריזיגן נייעם ביהמ"ד הגדול צום געהויבענעם מעמד פתיחת ההיכל און אמירת הסליחות, צום ערשט וועט מען הערן א דרשה לכבוד המאורע פון איינעם פון די בארימטע מגידים מתושבי השיכון, דערנאך וועט מען זוכה זיין צו הערן ברכות הקודש פון רבי'ן שליט"א לכבוד די באנייאונג פונעם היכל הגדול, נאכגעפאלגט מיט די 18 קאפיטלעך תהלים פארגעזאגט דורכ'ן רבי'ן שליט"א, דערנאך וועט זיין אמירת הסליחות בהתעוררות רב נאכגעפאלגט מיט'ן מסיבת לעקעך און לחיים ווי אלע יארן.


אין די יעצטיגע טעג ווערן שוין געמאכט די פילע הכנות אינעם נייעם היכל ביהמ"ד הגדול דשיכון סקווירא, וואו מען ציילט שוין די טעג צום זעלטענעם מעמד וואס וועט זיין א היסטארישע איבערלעבעניש פאר חסידי סקווירא.





























Comments


bottom of page