מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
א פייער פון התגברות קעגן די פגעי טעכנאלאגיע הילט ארום אלפי חסידי פאפא נאכ'ן כינוס אדיר "וידעו", וואס דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א האט פאררופן און דערביי אראפגעשטעלט יסודות'דיגע תקנות קבועות בעניני טעכנאלאגיע און ממנה געווען ספעציעלע דיינים לעניני טעכנאלאגיע פאר אלע שטעט.
דער וויכטיגער כינוס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג נאכט אין די היכלי ביהמ"ד הגדול פאפא אין וויליאמסבורג, וואס איז געווארן פולקאם אויסגערישט מיט טויזנטער זיץ פלעצער צו אקאמאדירן דעם איבערפלוס פון טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען צו פארן פון אלע געגנטער על פי קריאת הקודש.
דער מעמד האט זיך אנגעהויבן ארום האלב ניין אויפדערנאכט, ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אין ביהמ"ד וואס איז שוין געווען איבערגעפילט מלא על גדותיו. מ'האט געזינגען דעם ניגון התעוררות "אחת שאלתי", און דאן האט מען געהערט די דברי פתיחה דורך הרב שמואל בער כ"ץ מנהל ת"ת פאפא בארא פארק איבער'ן מטרת הכינוס.
דאן האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי בערל טויבער שליט"א וועלכער האט געשטורעמט איבער'ן שווערן מצב הדור, און די איינציגסטע פאנצער וואס קען אפהיטן נישט צו פארכאפט ווערן אינעם יצר פון טעכנאלאגיע, איז דורכ'ן זיך נישט רירן פון דעת תורה, אפילו ביי זאכן וואס זעען אויס ווי קלייניקייטן און מותר'דיג.
די פאפא קאפעליע האט פארגעזינגען א מארש, און דערויף האט דער רבי געטרונקען לחיים און מאציל געווען ברכת הקודש פאר כל הקהל הקודש, און דערנאך משמיע געווען פייערדיגע דברות קודש בקול ה' בכח, אויסשרייענדיג מנהמת לבו הטהור "ווען ס'ברענט א פייער שרייט מען! מ'קען נישט זיין רואיג!" דער רבי האט ארויסגעברענגט בשבחן של ישראל, דער ציבור איז ב"ה ערליך און הארכזאם, יעדער האט א רצון טוב צו טון וואס מ'דארף, דארף מען זיך נאר מחזק זיין אינעם ויגבה לבו בדרכי ה', און זיך האלטן צו דעת תורה ביי יעדע זאך.
אינעם הויכפונקט האט הרה"ג רבי דוד לייב פישער שליט"א מדייני פאפא משמיע געווען די זיבן הוראות למעשה, וואס דער רבי האט אפגעשריבן אות באות בכתב יד קדשו, אנגעהויבן בנוגע סעלפאונס און אנדערע טעכנאלאגישע דעווייסעס, פילטער אין אפיסעס פאר יונגעלייט, פרויען און מיידלעך, בנוגע קיאסקן, און איבער די וויכטיגקייט פון די תקנות המוסדות צו וואס די עלטערן דארפן זיך צושטעלן בחפץ לב און פארשטענדעניש למען בנינו ודורותינו.
דערביי זענען נתמנה געווארן געווארן די ספעציעלע דייני הקהלה ביי זיי אנצופרעגן יעדע שאלה וואס מ'האט אין עניני טעכנאלאגיע. ה"ה הרה"ג ר' דוד לייב פישער און הרה"ג ר' יודא הערש פריעדמאן אין וויליאמסבורג, הרה"ג ר' שלום צבי ניישלאס אין מאנסי, און דעם רבי'נס זון הגה"צ רבי לוי יצחק גרינוואלד דומ"ץ פאפא בארא פארק אין שטאט בארא פארק.
די אסיפה האט זיך געשלאסן מיט א הייליגע גייסט און אנטשלאסנקייט ביים ציבור לשמור ולעשות ולקיים און איינהאלטן די אלע גדרים וסייגים מאהבה ורצון.
להטהר ולהתקדש בקדושה של מעלה
Comments