זונטאג פ' קדושים • כ"ז ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
מיט גרויס פרייד קוקן זיך תושבי בארא פארק און חסידי קאסוב צו אויף די דערפרייענדע הרחבת גבולי הקדושה, ווען נאך יאהרן פון דערווארטונג און ארויסקוקן, האט מען אראפגענומען די סקעפאלדס פונעם בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דחסידי קאסוב אויפן שטח פון דער 55'סטער גאס צווישן דרייצן און פערצן'טע עוו. וואו עס האט זיך אנטפלעקט א הערליך בילד – זעהנדיג דעם גאנצן דרויסענדיגער אויסזען פונעם בנין מפואר מיטן גאנצן פראכט פארענדיגטערהייט צו די אומבאגרעניצטע שמחה פון חסידי קאסוב.
אין די זעלבע צייט גייט ווייטער אן די אינעווייניגסטע ארבעט אינעם בנין מיטן גאנצן קראפט, ווען די עושי המלכה ארבעטן מיט א שטארקע פלייס צו צואיילן די ארבעטס קראפט אויפן שנעלסטן פארנעם, מיטן ציל צו פארענדיגן דעם גרויסן היכל און אלע חדרי תפילה אויף די הייליגע טעג פון תשפ"ה הבעל"ט.
Commentaires