מאנטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
א גאר עלעגאנטע באנקעט איז פארגעקומען בחצר הקודש פאפא, וועידת 'הממלכה' ספּעציעל פאר די געלאדענטע אנשי שם תומכי ונגידי בית פאפא אפצוגעבן דעם ריכטיגן אנערקענונג און שעצונג פאר די געטרייע נדיבים וועלכע שטעלן זיך בעוז וברמה לימינם עוז פון הנהלת מוסדות פאפא מיט אסטראנאמישע נתינות פארן אויפבוי פון בניני מוסדות פאפא בכל מקום שהם.
די רייכע וועידה איז געוועהן צוגעשטעלט דורך הנהלת מוסדות פאפא אויף די גיגאנטישע שטח פונעם בנין החדש והאדיר בית חינוך לבנות ד'פאפא אויף די העיווארד גאס אין וויליאמסבורג, ווי א גאר רייכע סעודה איז געווען צוגעגרייט, און געשמאקע מוזיקאלישע מאמענטן האבן באגלייט די גאנצע מעמד.
אריינקומענדיג אינעם זאל איז געווען אויסגעשטעלט א רייע סקיצעס פון די בניני המוסדות און פון די געוואלדיגע פארשריט ביי די בוי ארבעט אין די נייע בנינים, בשעת די סעודה האבן אויפגעטראטן מיט ווערטער די משמח אלוקים ואנשים ר' נחמן ליווי און די בארימטער חזן פון ארץ ישראל ר' ישראל אדלער הי"ו אריינצוברענגן א שמחהדיגע אטמאספערע אין די ציבור המשתתפים.
דאן האט מען מקבל געווען את פני קדשו פון דער נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, עס האט גענימען דאס ווארט הרה"ח ר' ראובן לעפקאוויטש מנהל מוסדות וויען, און דערנאך האט אויפגעטראטן מיט א דרשה הרב יואל פריעדמאן מנהל מוסדות פאפא וועלכע האט ברייט אויסגעשמועסט די אנטוויקלונגען אינערהאלב די אויפבוי פון די בניני המוסדות, דערנאך האט הרב ישראל אדלער פארגעזינגען הארציגע דברי חרוזין.
די רבי שליט"א האט טועם געווען פון די לעקיך און בראנפן און דערביי משמיע געוועהן ווארימע דברות קודש ארומרענדיג בשבח העסקנים, און די רבי שליט"א האט הארציג אנגעוונטשן הרבני הנגיד המפו' ר' יחיאל מיכל אבערלענדער הי"ו ראש הקהל דקהילת יעקב פאפא, און די נדבן שם הבנין פונעם בית חינוך לבנות. צום שלוס פונעם מעמד זענען אלע נדיבים נכבדים דורך ביים רבי'ן, ביים ארויסגיין פונעם מעמד האט זיך די רבי שליט"א אומגעקוקט אויף די סקיצעס פון די בניני המוסדות, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די עסקנים והנהלת המוסדות.
Comments