פרייטאג פ' שלח • כ"ב סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: איתי קצב
כ"ק אדמו"ר מוויז'ניץ לאנדאן שליט"א האט נעכטן דאנערשטאג אפגעראכטן א בליץ-באזוך אין ארץ ישראל, צו באשיינען די חתונה במעונו פון הנגיד ר' שמואל בנימין שפירא פון וויען, מגדולי תומכי מוסדות וויז'ניץ לאנדאן.
נאכמיטאג האט דער רבי געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד, און תיכף צוגעפארן צום אכסניא אין שטאט בני ברק, נאך א קורצן אפרוה איז די רבי שליט"א אנגעקומען צום די זאלן פון כתר הרימון צום מעמד קבלת פנים און חופה, וואו די רבי האט מסדר געוועהן די כתובה און מכובד געווארן מיט סידור קידושין.
שפעטער איז דער רבי צוריקגעקומען צו די חתונה צום בענטשן. עס איז דאן אויך אנגעקומען צו די חתונה כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א, די רבי שליט"א איז געטאנצן מיטן חתן און די מחותנים וואס האט נאכגעפאלגט מיט געהויבענע טענץ דורכ'ן גאנצן ציבור אין אלע פיר עקן פונעם זאל, און דערנאך א באזונדערע מחול לצדיקים מיט כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א.
שפעטער באנאכט איידערן ארויספארן צום לופטפעלד איז די רבי אנגעקומען אויף א באזוך ביי שאר בשרו כ"ק אדמו"ר ממכנובקא בעלזא שליט"א און שטוב פון בנו הרב אהרן רוקח וואו עס איז פארגעקומען די שמחת הוואך נאכט פון אן אייניקל ביים מחנובקא בעלזא רבי'ן, היינט אינדערפרי האט די רבי שליט"א געלאנדעט אין לאנדאן. ווי שוין באריכטעט וועט די רבי שליט"א די קומענדיגער וואך פ' חקת ווידער אנקומען קיין ארץ ישראל אויף א קורצע באזוך פון עטליכע טעג לרגל עטליכע שמחות.
Comments