top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות'דיגע מעמד "יציקת בורות המקוה" ביים פרעכטיגן ביהמ״ד החדש דקהל יטב לב שכונת "גערי טרופ"

מיטוואך פ' קדושים • ל' ניסן ראש חודש אייר תשפ"ד‎ | בחצרות הקודש


דעם זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען די מעמד יציקת הבורות פאר׳ן ביהמ"ד החדש דקהל יטב לב שכונת גערי - טרופ אין וויליאמסבורג, די מעמד הנשגב איז געוועהן בהשתתפות פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט״א והרבנים הגאונים הצדיקים חברי בד״ץ דקהל יטב לב, והרבנים תושבי השכונה והגלילות. די רבי שליט"א ופמליא דילי׳ איז תיכף אראפ צום הינטערשטן שטאק, דער בעיסמענט שטאק, וואו ס׳וועט זיך געפינען די מקוה מפוארה, די עושי המלאכה, האבן שוין אפגעווארט אויפ׳ן ארט און אלעס איז געווען צוגעגרייט אז מ׳זאל קענען צוטרעטן צום יציקת הבורות. דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים הצדיקים שליט״א, די דיינים ורבנים שליט״א פון די גאנצע אומגעגענט, אזוי אויך דער בונה ומקים הרבני הנגיד הרה״ח ר׳ אברהם בער יאקאבאוויטש הי״ו, סגן ראש הקהל, די אנדערע ראשי ופני הקהלה און נדיבי עם ועסקני הקהלה, חברי ועד קרן הבנין, וחשובי העדה תושבי השכונה. ווי נאר מ׳האט געענדיגט דאס גיסן האט דער גאנצער ציבור אינאיינעם זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויף ״אמר רבי עקיבא אשריכם ישראל״.


תיכף דערנאך איז פארגעקומען דער פייערליכער מעמד לחיים רבתי, לרגל היציקת הבורות. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבני ודייני השכונה אויפן אויבנאן, מען האט געזינגען א ניגון לכבוד המאורה, עס האבן אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה״ח ר׳ ליפא קרויס הי״ו בשם וועד קרן הבנין, הגה״צ רבי פנחס כץ שליט"א דומ״ץ הביהמ״ד, און דער רבי האט משמיע געווען קורצע דברות קודש, ארומרעדנדיג בחשיבות המקוה, בשבח הביהמ״ד און אויסגעפירט מיט ברכות לרוב, דערנאך געטרינקען לחיים און ווארעם אנגעוואונטשען פאר אלע עוסקים במלאכת הקודש, און פאר׳ן גאנצן ציבור.




























Comments


bottom of page