top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

25'סטע יארצייט פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויז'ניץ זצ"ל בעל 'ברכת משה' אפגעצייכנט בחצר הקודש סערט וויז'ניץ

זונטאג פ' בהר • י"א אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש‎


מיט א רגש דקדושה האבן חסידי סערט וויז'ניץ אפגעצייכענט די פינעף און צוואנציגסטע הילולא פון הגה"צ ראש ישיבת סערט וויז'ניץ זצ"ל בעל 'ברכת משה' וואס איז אויסגעפאלן דעם ליל ששי ט' אייר, די צענטראלער סעודת הילולא איז געפראוועט געווארן במעמד קהל ועדה אין ביהמ"ד הגדול סערט וויז'ניץ אין חיפה בראשות כ"ק אדמו"ר מסערט וויז'ניץ שליט"א, וואו עס האבן זיך משתתף געוועהן די קינדער און אייניקלעך פונעם בעל ההילולא, וועם די רבי האט מכבד געוועהן אויפצוטרעטן מיט דברי זכרון. מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געוועהן הגה"צ אבד"ק סערט וויז'ניץ ירושלים שליט"א, בנו חביבו פונעם בעל ההילולא.


ביים סעודת הילולא איז געוועהן צו באקומען די נייע ספר "עניו במלוכה" וואס אנטהאלט די תולדות ופעולות חייו פונעם סערט וויז'ניצער ראש ישיבה זצ"ל, ערשינען לאור עולם צום היי יאריגע יארצייט לשמחת לב חסידי סערט וויז'ניץ איבער די וועלט.


ווי שוין באריכטעט האט כ"ק אדמו"ר משאץ וויז'ניץ שליט"אנ נישט געקענט אנטייל נעמען ביי דעם סעודה הילולא ווי יאהר יערליך זייענדיג שפיטאליזירט אין א שווערע געזונט צושטאנד, די רבי שליט"א האט דאנערשטאג נאכט - בליל ההילולא געדאווענט מעריב מיט א מנין אין שפיטאל און געזאגט די קדישים לכבוד די יארצייט.













Comments


bottom of page