top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מקאסוב איז מקבל ברכת קדשו פון האד' מבעלזא נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת

דאנערשטאג פ' מטות מסעי • כ"ו תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

בילדער קרעדיט: א.מ.ש.

 

נעכטן אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א מקבל צו זיין ברכת קדשו נאכן איבערנעמען די כתר האדמורו"ת, עס האט זיך פארצויגן א שיינעם שמועס, וואו דער בעלזא רב האט זיך אינטרעסירט ביים רבי'ן שליט"א איבער די בית המדרש און מוסדות הקדושים דחסידי קאסוב, און די קאסובער רבי האט איבערגעגעבן א גריס פון די בעלזא קהילה אין בארא פארק וואס איז געוועהן שטארק קרוב ללבו פונעם פאטער די קאסובער רבי זצ"ל, און שטארק אויסגערימט די בעלזא קהילה אין שטאט חיפה ווי די קאסובער רבי שליט"א האט געוואוינט לאנגע יאהרן.


דער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און אנגעוואונטשן ברכת הצלחה און סייעתא דשמיא בהנהגת העדה, און קענען ערפילן די חלל וואס די רבי זצ"ל האט איבערגעלאזט. 



Comments


bottom of page