top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסיווע הכנות צום מעמד הדלקה רבתי דורך כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ברחובות ירושלים

מיטוואך פ' אמור • ז' אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש


א ריזיגע מעמד הדלקה ווערט געפלאנט דעם קומענדיגן ליל ל"ג בעומר ברחובות ירושלים עיר הקודש, ווען עס וועלן זיך צוזאמקומען טויזענטער אידן צו פייערן די הילולא דרשב"י אין שפיץ פונעם פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ממנהיגי ברסלב.


די גרויסארטיגע מעמד הדלקה אין שפיץ פון הגה"צ ר' יעקב מאיר שליט"א איז פון די גרעסטע מעמדי הדלקה בעיר הקודש ירושלים, א מעמד וואס ברענגט צונויף צענדליגע טויזענטער אידן חסידים ואנשי מעשה זיך צו דערווארעמען בהילולא דרשב"י, און הערן די דברות קודש מפום ממלל רברבן, וואס איז ווי באקאנט שטארק דבוק אין תורת הקבלה במשנתו פונעם בעל ההילולא רבי שמעון בר יוחאי, דרש כל תעלומות עלה מעלות רמות, אדוננו בר יוחאי.


די ריזן מעמד הדלקה וועט בעזר השם פארקומען דאס יאר מוצאי שבת ליל ל"ג בעומר אויפן ריזן שטח פארנט פון די בניני העדה החרדית אויף כיכר זופניק אין ירושלים, וואו עס וועט אויפגעשטעלט ווערן הויכשטאקטיגע פארענטשעס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור, און הונדערטער זיץ פלעצער פאר די עלטערע אידן, נגידים וחשובי העדה.


אין די יעצטיגע טעג טוען די עסקנים אויסארבעטן אלע דעטאלן ארום דעם גרויסן מעמד, זיכער צו מאכן אז אלעס ווערט אהערגעשטעלט על צד היותר טוב, מיט געניג פלאץ צו קענען ארייננעמען אזא ציבור עצום - בפרט היי יאהר ווען אתרא קדישא מירון וועט זיין פארשלאסן, איז ערווארטעט א גרעסערן ציבור ווי די פריערדיגע יאהרן. די מעמד ההדלקה וועט זיך אנהייבן אום ניין אזייגער ביינאכט, און וועט זיך פארציען פאר לאנגע שעה'ן בשירות ותשבחות און ריקודין עילאין לכבוד התנא האלקי, דברות קודש און מאמרי תורה וואס הרה"צ ר' יעקב מאיר וועט משמיע זיין בגודל קדושת היום.

bottom of page