מאנטאג לך לך • ג' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
פארגאנגענע שבת בראשית, זענען תלמידי וחסידי וויען איבערראשט געווארן ווען עס האבן בשעת קריאת התורה עולה געווען אנשים מכובדים, מוקירי תורה, עוסקים בצרכי ציבור, אן האבן דערביי געשנאדערט סכומים הגונים, פאר א גאר קאסטבארן פראיעקט איבערצובויען די דרויסנדע אויסשטעל פונעם ביהמ"ד הגדול דקהל עדת יראים וויען אין וויליאמסבורג כראוי וכיאות לבית ה', נאכדעם וואס די עסקנים זענען אין די טעג נאך יום טוב געזיצן מיט די ארכיטעקטן און קאנטראקטערס צו אויסארבעטן די פלענער וויאזוי צו איבערמאכן דעם אויסערליכן אויסשטעל פונעם ביהמ"ד.
עס האבען עולה געווען הנגידים החשובים ר' שמחה פריעדמאן, הר"ר דוד הכהן קאהן הי"ו, הר"ר שלום קליין הי"ו, און הר"ר אברהם מנחם פרענקל הי"ו, בסך הכל זענען די נדרים ונדבות אנגעקומען צום פאנטאסטישע סכום פון אכט הונדערט טויזענט דאלאר.
נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א באשיידענעם קידוש, בביתו נאוה קודש של כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א, לכבוד די נדיבים בעם, וואס האבן זיך אונטערגענומען די סכומים הגונים, און פאר די עסקנים וואס לייגן אריין אזויפיל כוחות לפאר ולרומם בית השם. דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער די גרויסע ענין פון מפאר זיין א בית הכנסת פון אינדרויסן, ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אז א שוהל דארף זיין די העכסטע געבוי אין שטאט. נאכ'ן זינגן פרייליכע ניגונים האט דער רב שליט"א גאר ווארעם אנגעוואונטשן די נדיבים בעם און עסקנים חשובים, אז מען זאל קענען ענדיגן גרינג און שנעל, ולברך על המוגמר.
תיכף מוצאי שבת האבען זיך די עסקנים פארבינדן מיטן קאנטראקטאר, און א טאג דערויף איז מען שוין געזעצן און אדורכגעגאנגן די לעצטע דעטאלן, האפענדיג צו פאראויס רוקן די פראיעקט ווי אמשנעלסטן.
Comentarios