מאנטאג ג' דחוה"מ סוכות • י"ט תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
טויזנטער אידן חסידים ואנשי מעשה פון אלע שיכטן און קרייזן אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק האבן זיך נעכטן פארזאמלט אין די גרויסע ברסלבער שוהל אויף רח' אלשיך מקבל צו זיין פני קדשו פונעם פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וועלכע איז אין א ערשטמליגע שריט אנגעקומען קיין בני ברק פראווענען די מעמד שמחת בית השואבה לכבוד המועד קאמבאנירט מיט די סעודת הילולא לרגל די הילולא קדישא פון נחל נובע מקור חכמה הרה"ק ר' נחמן מברסלב זי"ע.
דאס גרויסע ברסלבער ביהמ"ד איז געווארן אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס פון אלע זייטן וואס זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום. די מעמד האט זיך אנגעהויבן בשעה 11:00 אויפדערנאכט ווען הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז ערשינען צום מעמד ווערנדיג ענטפאנגען לקול תרועת הזמר, די פרייליכע ריקודין האבן אנגעהאלטן א לענגערע צייט ביז נאך חצות הלילה בהתרוממות עילאה.
אנהייב פונעם מעמד האט הגה"צ רבי מתתיהו דייטש גאב"ד רמת שלמה אויפגעטרעטן לכבוד המאורע, דער רב האט ארומגערעט בשבח פונעם ברסלבער כולל אין בני ברק, און דערנאך פארבעטן דעם געהויבענעם גאסט משמיע צו זיין דברי תורה וברכה לכל העם הנאספים, הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז נעתר געווארן לבקשתו און האט ארומגערעט בגודל מעלת יומא דהילולא זייענדיג דערביי מעלה זכרונו הטהור פונעם גרויסן צדיק ר' נחמן, און נאכגעזאגט דברי תורה און אמרות טהורות פונעם בעל ההילולא און שיינע ענינים מעניני החג.
דערנאך האט אויפגעטראטן הגאון רבי יעקב קעניג רב קהילת ברסלב אין בני ברק וועלכע האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה וואס איז געפאלן בגורלם פון די בני הקהילה צו מקבל פנים זיין דעם פאר הדור והדרו, דערנאך האט גענימען דאס ווארט הרה"ח ר' שלום מייקאף מחשובי חסידי ברסלב, און דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודי קודש אין א הייליגע אטמאספערע בתופים ובמחולות מיט גרויס התלהבות דקדושה לכבוד המועד ולכבוד די הילולא קדישא פונעם צדיק הדורות הרה"ק רבי נחמן זי"ע, בעת הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז מעודד די ניגונים בעוז ותעצומות.
Comments