top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שיינע שידוך געשלאסן בבית באבוב-45 - ציעשנוב - סטריזוב - סארוואש; חתן כלה נכדי הקדושת ציון מבאבוב זי"ע

זונטאג פ' תולדות • כ"ג חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אייזיק י.

 

פארגאנגענעם מיטוואך העעל"ט איז געשלאסן געווארן די שידוך פון א אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, די כלה א טאכטער פון זיין איידעם הרה"צ ר' שמחה רובין שליט"א, זון פון הגה"צ אבד"ק ציעשנוב שליט"א, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מסטריזוב שליט"א, מיט די חתן דאפלטער אייניקל פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי"ע, א זון פון הרה"ג ר' יחזקאל דוב האלבערשטאם שליט"א, זון פון הגה"צ ר' משה יהושע האלבערשטאם שליט"א אבד"ק סארוואש, און איידעם ביי הגה"צ ר' ישראל ארנסטר שליט"א, אור אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מטשענסקאוויץ פאקשעוויץ שליט"א.


די תנאים איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם פארנעם לויט די תקנות פון 'שלימתא חדוותא' דק"ק באבוב-45 וואו עס האבן זיך משתתף געווען בלויז די קרובי המשפחה פון ביידע צדדים, דער רבי שליט"א האט מסדר געווען די תנאים און מכבד געווען די עלטער זיידע די פאקשעוויצער רב מיט קריאת התנאים, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש און ארויסגעברענגט די גרויסער יחוס פון חתן כלה וועלכע ציען זייער שיינעם יחוס צום באבובער דינאסטיע, דורך דריי קינדער פונעם קדושת ציון מבאבוב זי"ע הלא המה: בנו הגדול הרה"ק רבי שלמה מבאבוב זצוק"ל, הגה"צ רבי חיים יהושע הלברשטאם זצ"ל און הגה"צ רבי יחזקאל דוד הלברשטאם זצ"ל, די רבי האט באטנאט די זכות אבות זאגנדיג אז די חתן וכלה שטאמען 21 מאהל פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, און בנוסף ארויסגעברענגט זיין התרגשות זיך משדך צו זיין מיט בית וויזניץ און אמשינאוו.













Comments


bottom of page