top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

עורי נא, התעוררי נא: הגאון רבי אשר דויטש מראשי ישיבת פאנאוויטש דיאגנאזירט מיט די ביטערע מחלה ה"י

מיטוואך פ' קרח • כ"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

גרויס זארג הערשט אין די ליטווישע עולם התורה אין ארץ ישראל ווען אין די טעג איז אנגעקומען די בשורה לא טובה אז ראש הישיבה הגאון הגדול רבי אשר דויטש שליט"א מראשי ישיבת פאנאוויטש און פון די פירענדע מנהיגים פון די בני תורה פראקציע פון די ליטווישע תורה וועלט איז ליידער ווידער דיאגנאזירט געווארן מיט די ביטערע מחלה השם ירחם.


די ראש ישיבה האט אין די לעצטע טעג אנגעהויבן דורכגיין א סעריע קאמפליצירטע באהאנדלונגען אין שפיטאל, און אין אלע היכלי התורה והישיבות איז מען פארבעטן געווארן צו מעורר זיין רחמי שמים מיט ווארימע תפילות פאר די גאנצע רפואה און בריות גופא פונעם ראש ישיבה מרן אשר בן לאה, און ווייטער אינזין צו האבן דעם ראש ישיבה ביי די תפילות און לימוד התורה ער זאל זיך קענען צוריקקערן לאיתנו הראשון מתוך בריאות השלימה, היינטישן מיטוואך איז פאררופן געווארן אן עצרת תפילה ומעמד בקשת רחמים אין די גרויסער פאנאוויטשער ישיבה אין בני ברק מעורר צו זיין רחמי שמים אויף דעם ספר תורה השרוי בצער.



Comments


bottom of page