top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

סעודת הילולא פון הרה"ק הדמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע בראשות האד' מוויזניץ

דאנערשטאג פ' שופטים • ב' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

נעכטן מיטוואך אווענט אור ליום ב' אלול, ביומא הילולא קדישא פון הרה"ק בעל 'דמשק אליעזר מוויזניץ זי"ע איז כמידי שנה בשנה אפגעהאלטן געווארן די יארצייט סעודה אין ביהמ"ד הגדול אין קרית וויזניץ בני ברק, דאס יאהר האט מען געהאט די זכיה אז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט זיך פערזענדליך משתתף געוועהן ביים סעודת הילולא נאכדעם וואס די רבי שליט"א געפונט זיך געווענדליך די תקופה אין חלדודנא ענגלאנד אויף אפרוה.


במשך די סעודה האבן עטליכע פון די נכבדי העדה וזקני החסידים אויפגעטראטן מיט דברי תורה במשנתו של בעל ההילולא, און סיפורים והנהגות פון דעם צדיק וקדוש וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט נאך זיך קיין זרע של קיימא, צווישן זיי האבן אויפגעטראטן דער מזכיר מועצת גדולי התורה הרב יעקב וואלצער, הרה"ג ר' נחמן מאנדעל ראש ישיבות 'תורת משה', און שלוחי דרבנן הרב מנחם אליעזר מאזעס הי"ו מיט שיינע ענינים וואס ער האט מקבל געוועהן פון זיין פאטער הרה"ח המפורסם ר' שלמה זלמן מאזעס ע"ה וואס איז געוועהן א משמש ביים בעל ההילולא.



Comments


bottom of page