top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אדיר הוא יבנה: מוסדות פאפא געשלאסן קאנטראקט אויף ריזן שטח אין וויליאמסבורג פאר נייעם בנין אדיר ד'בנות יעקב פאפא

זונטאג שבוע שחל בו פסח • י"ג ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


אין די יעצטיגע טעג פון ערבי פסחים זענען חסידי פאפא איינגעהילט אין אומבאגרעניצטע שמחה מיט'ן ערהאלטן די בשורה טובה משמחת איבער'ן שליסן קאנטראקט פאר א נייעם ריזן שטח פון העכער "אכצן טויזנט סקווער פיס", פאר א נייע גיגאנטישע פיל שטאקיגע בנין אדיר ומפואר פאר די פאפא מיידל שולע "בנות יעקב" אין שטאט וויליאמסבורג.


דער שטח הגדול געפינט זיך נעבן די עקזיסטירנדע צענטראלע בנין בנות יעקב אויף 61 העריסאן עוועניו אין וויליאמסבורג, וואס דינט שוין אריבער א יובל יאר אלס לייכטורעם פאר חינוך הבנות על דרך ישראל סבא, פון וואו טויזנטער תלמידות זענען הערליך אויסגעשטיגן לשם ולתפארת, בשעת דער וואוקס לויפט פאראויס מיט אן אומגעהויערע שנעלקייט, און דער בנין איז שוין געווארן שטארק אויסגעוואקסן, ובפרט די לעצטערע יארן, ווען דער געדרענג און דחקות איז געווען עד אין לשער.


די געטרייע הנהלת המוסדות איז געשטאנען אויפ'ן פראנט פון באטראכטן אלע מעגליכע אפציעס אהערצושטעלן א נייע אכסניא של חינוך הבנות, ביז עס איז ענדליך געלונגען מיט גרויס סיעתא דשמיא, און בעידודו וברכת קדשו פונעם מנהיג העדה ונשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א, צו שליסן דעם אסטראנאמישן מולטי-מיליאן דאלארדיגן מקח אויפ'ן נייעם מאסיוון שטח, א מקום רחבת ידים, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן פון שפאגל-פריש א בנין גדול ונהדר צו אקאמאדירן די טויזנטער תלמידות. די נייע מיידל שולע וועט ערהאלטן א פראכטפולע שמחה זאל צו ערמעגליכן די חברי הקהילה צו קענען חתונה מאכן בדרך כבוד און מיט הרחבת הדעת לויט די תקנות הקהילה.


דער גמר המקח איז פארגעקומען פארלאפענעם דאנערשטאג נאכמיטאג אין די צענטראלע ביורא פון מוסדות פאפא, ביי א גרעסערע זיצונג מיט די ראשי הנהלת המוסדות, ובפרט די ענערגישע נדיבים בעם און הויפט צושטאנד ברענגער פונעם פראיעקט, הרבני הנגיד ר' יוסף אויש און הרבני הנגיד ר' שלו' קויפמאן, וואו עס איז בשעה טובה ומוצלחת אונטערגעשריבן געווארן קאנטראקט.


שפעטער אויפדערנאכט איז בביתו נאוה קודש פון כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א אפגעהאלטן געווארן א מסיבת לחיים, וואו דער רבי שליט"א איז ווידער איבערגעגאנגען די פלענס און ארויסגעברענגט מיט רגשי קודש ושמחה די געוואלדיגע סיעתא דשמיא וואס האט באגלייט לאורך הדרך, ביז מ'האט געלויבט השי"ת זוכה געווען לברך על המוגמר, און מאציל געווען ברכת קדשו אויף די ווייטערדיגע הצלחה צום פאנטאסטישן פראיעקט אויפצובויען דעם בנין החדש.


בורא עולם בקנין השלם זה הבנין




Comments


bottom of page