top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אדמת קודש • גייסטרייכע באזוך פון האד' ממחנובקא בעלזא אין נאסטאלגישע דירה פון הרה"ק מסקווירא זי"ע אין וויליאמסבורג

זונטאג פ' יתרו • י"א שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

כ"ק אדמו"ר ממחנובקא בעלזא שליט"א וואס איז צוגאסט די טעג אין שטאט וויליאמסבורג האט היינט אפגעשטאט א לענגערע באזוך אין די היסטארישע דירה און ביהמ"ד פון מורו רבו הרה"ק מסקווירא זי"ע, דער מקום קדוש וואו דער הייליגער סקווירא רבי האט געפראוועט זיין עבודת הקודש אין די ערשטע יארן נאכ'ן אנקומען קיין אמעריקע, ביז'ן זיך ארויסציען צום נייעם שטעטל שיכון סקווירא. דער רבי איז אנגעקומען בעפאר שחרית ווי ער איז געווארן אפגעווארט דורכן דיין הגה"צ ר' יצחק שמעון וואזנער שליט"א דומ"ץ סקווירא וויליאמסבורג און די נכבדי הקהלה, צוערשט איז ער אראפגעגאנגען אינעם קעלער צו די מקוה טהרה אין וואס הרה"ק מסקווירא זי"ע האט זיך גע'טובל'ט און איז אין די לעצטערע יאהרן פראכטפול רענאווירט געווארן, דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט ביי די אנדערע חלקים פונעם נאסטאלגישן דירה ווי ביים מצה אויווען וואו מ'האט געבאקן די מצות ערב פסח וכו'.


נאכן זיך טובלען אינעם מקוה במקום שטבלו רבותיו איז דער רבי אריינגעקומען אינעם היכל הביהמ"ד ווי מ'האט צוגעוויזן דעם דאווען שטוב פון הרה"ק מסקווירא זי"ע ויבדחט"א כ"ק האדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דערנאך איז דער רבי ארויף צום 'פראווענען שטוב' מקום קודש הקדשים פון הרה"ק מסקווירא זי"ע, ווי דער רבי האט מיט א הייליגע ציטער זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן שטוב און אויף פארשידענע היסטארישע חפצים וואס געפינען זיך נאך דארט, און ארומגעשמועסט מיט א קענטיגע התרגשות פון זיינע לעכטיגע זכרונות אויף דעם הייליגן מקום בצלו חמדתי וישבתי, דערנאך האט זיך דער רבי פארשפארט אינעם קוויטל שטוב ביחידות פאר א לענגערע וויילע.


נאכן באזוך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי פונעם דיין הגה"צ ר' יצחק שמעון וואזנער שליט"א וואו דער רבי האט זיך באדאנקט און איבערגעלאזט ברכת קדשו, באזונדער האט דער רבי אנגעוואונטשן די חשובע עסקנים וועלכע זענען עוסק רונדע דעם יאהר אפצוהיטן דעם קדושת המקום פון דעם הייליגן הויז אין ביהמ"ד למען יעמוד למשמרת.




























Comments


bottom of page