מאנטאג פ' נצבים - וילך • כ' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש
פאריגן וואך בעת די וועכענטליכע באזוך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין שטאט וויליאמסבורג האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביים שמחת השבע ברכות פון החתן א זוהן פון הרבני הנגיד ר' אברהם בראך הי"ו - בונה ומקים עולמות של תורה ותפילה ומראשי ק"ק סאטמאר, דער בעל שמחה הרבני הנגיד ר' אברהם הי"ו האט געצייגט פארן רבי'ן שליט"א פארשידענע ספרי קודש מבית גנזיו פון צדיקים הקודמים און דער רבי האט צוגעצייכנט פארשידענע אינטערסאנטע ידיעות פון די ספרים, דער רבי האט דערנאך געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור, נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים.
Comments